ⓘ רי הזקן. רבי יצחק בן שמואל הזקן אדער ווי ער ווערט דערמאנט אין תוספות רי הזקן איז געווען איינע פון די חשובע בעלי התוספות אינעם צוועלפטן יאהר-הונדערט. מעו האט איה ..

                                     

ⓘ ר"י הזקן

רבי יצחק בן שמואל הזקן אדער ווי ער ווערט דערמאנט אין תוספות ר"י הזקן איז געווען איינע פון די חשובע בעלי התוספות אינעם צוועלפטן יאהר-הונדערט.

מעו האט איהם גערופן הזקן יודיש: דער אלטער כדי אונטערצושיידן פון רבי יצחק בן אברהם וועמען מהאט גערופן ר"י הבחור.

נאך אין לעבן פון זיין שוועסטער-קינד רבנו תם האט ער אויפגעשטעלט א ישיבה אין דעמפייער.

איבער די פונקטליכע יאהר פון זיין געבוירן און פטירה, איז פארהאן פארשיידענע ווערסיעס.

                                     

1. פאמיליע

ער איז א אייניקל פון רבי שמחה פון וויטרי און פון זיין מאמעס זייט פון רש"י.

זיין זוהן רבי אלחנן איז געהרגעט געווארן אויף קידוש השם אין יאהר דתתקמ"ד.