ⓘ כרם יהושע. דער ספר כרם יהושע איז פארפאסט דורך רבי יהושע כהן פון מאנסי ארויסגעקומען אום רח כסליו תשנד געדרוקט בדפוס האחים גרויס. רבי יהושע איז באקאנט אלס איינער ..

                                     

ⓘ כרם יהושע

דער ספר כרם יהושע איז פארפאסט דורך רבי יהושע כהן פון מאנסי ארויסגעקומען אום ר"ח כסליו תשנ"ד געדרוקט בדפוס האחים גרויס.

רבי יהושע איז באקאנט אלס איינער וועלכע חזרט אסאך און קען גאנץ ש"ס אויסעווייניג. אין דעם ספר שרייבט ער אפנים ווי אזוי סאיז עדאי צו לערנען אז מען זאל געדענקען און נאך זאכן וואס איז נוגע דער לשון פון גאנץ ש"ס וכדומה.

דער ספר אנטהאלט הונדערט ניין-און-צוואנציג זייטן, אהן די מעות קדימה פרענומעראנטן.

                                     

1. הסכמות

  • דער משב"ק פון באבאווער רבי בשם דעם רבין
  • רבי אריה מלכיאל קאטלער
  • שלום משה אונגאר
  • זיין טאטע רבי שמעון הכהן ראה"כ עטרת שלמה ומח"ס עשרת מונים ועוד
  • רפאל בלום
  • רבי פנחס הירשפרונג וועלכער שרייבט אשר ממש הוא יקר המציאות, וגם בדור העבר הוא לחידוש
  • רבי משה טייטלבוים
  • אפרים פישל הערשקאוויטש
  • משה שטערן