ⓘ אלו דברים איז דער ערשטער פרק פון משניות מסכת פאה. דער פרק אנטהאלט זעקס משנהס. זי ווערט גערופן נאך די ערשטע משנה וואס הייבט זיך אהן אלו דברים שאין להם שיעור וואס ..

                                     

ⓘ אלו דברים

אלו דברים איז דער ערשטער פרק פון משניות מסכת פאה.

דער פרק אנטהאלט זעקס משנהס.

זי ווערט גערופן נאך די ערשטע משנה וואס הייבט זיך אהן אלו דברים שאין להם שיעור וואס א טייל דערפון פיהרט מען זיך אויך צו זאגן יעדן טאג נאך ברכות התורה.

די משנה רעכנט אויס די פאלגנדע זאכן וואס האבן נישט קיין שיעור:

  • לערנען תורה
  • פאה
  • ביכורים
  • מצוה ראיה בעזרה
  • גמילות חסדים

און דאס זענען די זאכן וואס מען פארדינט פון די פירות אויף דער וועלט און דער קרן בלייבט אויף יענע וועלט:

  • מאכן שלום צווישן א מענטש און זיין חבר
  • און לערנען תורה איז מער פון דעם אלעם.
  • גמילות חסדים
  • כיבוד אב ואם

ביים דאווענען לייגט מען צו די צווייטע העלפט פון די גמרא מסכת שבת:

  • אינזין האבן דאס דאווענען
  • מאכן שלום צווישן מאן און ווייב
  • הכנסת אורחים
  • בקור חולים
  • זיך פעדערן אין ביהמ"ד צופריה און ביינאכט
  • הכנסת כלה
  • לוית המת