ⓘ משה סורקיס. משהלע סורקיס באוואוסט אלס דער בלינדער חזן איז געווען א חזן, קאמפאזיטאר און שפילער. טראץ וואס ער איז געווען בלינד האט ער זיך ארויפגעארבעט צו ווערן אי ..

                                     

ⓘ משה סורקיס

משהלע סורקיס באוואוסט אלס דער בלינדער חזן איז געווען א חזן, קאמפאזיטאר און שפילער.

טראץ וואס ער איז געווען בלינד האט ער זיך ארויפגעארבעט צו ווערן איינע פון די גרויסע חזנים אין זיינער צייט.

                                     

1. ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין אומאן, אוקריינע צו זיין טאטע רבי לייב א קאמפאזיטער און כאר דירעגירער.

ביי די דריי האט איהם שוין זיין טאטע אנגעהויבן אויסלערנען חזנות. ביי די צעהן האט ער אנגעהויבן אויפטרעטן אויף קאנצערטן און אין בתי מדרשים איבער רוסלאנד, ביי די דרייצן האט ער אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן וואו ער האט זיך געלערנט לייענען און שרייבן אויף ברעיל.

זיין ערשטע פאסטן איז געווען אין א שוהל אין פילאדעפיע.