ⓘ יוניטעריען. אוניטארישער אוניווערסאליזם איז א ליבעראלע רעליגיע געגרינדעט אין 1961 דורך א פאראייניגונג צווישן די אמעריקאנישע אוניטארישע אסאסיאציע וועלכע איז געשאפ ..

                                     

ⓘ יוניטעריען

אוניטארישער אוניווערסאליזם איז א ליבעראלע רעליגיע געגרינדעט אין 1961 דורך א פאראייניגונג צווישן די אמעריקאנישע אוניטארישע אסאסיאציע וועלכע איז געשאפן אין 1825 און די אוניווערסאליסטישע קירכע פון אמעריקע געשאפן אין 1866.

זי פארמאגט ארום אכט הונדערט טויזנט מיטגלידער איבער דער וועלט פארבונדן צו די צוויי הויפט ארגאניזאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן און אין קאנאדע, וועלכע פארמאגן עטליכע טויזנט קלויסטערס אונטער זיך.

                                     

1. הויפט פרינציפן

איהר הויפט שיטה איז אז יעדעםס אינדיווידועלע מיינונג איז אנגענומען און עס קוראדזשירט צו טראכטן זעלבסטשטענדיג, אנדערש ווי רוב אנדערע רעליגיעס וואס זאגן גענוי וואס דו מוזט טראכטן און גלויבן.

זיי רעספעקטירן יעדעמס מיינונג און גלייבן אז מקען זיך לערנען פון יעדעם. יעדער מענטש איז דארט וועלקאם, אפילו אטעיסטן.

זיי גלויבן אין פרייהייט, פרידן און גערעכטיגקייט פאר יעדן.