ⓘ בראדוויי טעאטער, באוואוסט געוויינלעך סתם בראדוויי, איז שייך צו טעאטרישע פארשטעלונגען וואס קומען פאר אין די 40 פראפעסיאנעלע טעאטערס מיט מער ווי 500 זיצן וואס געפ ..

                                     

ⓘ בראדוויי טעאטער

בראדוויי טעאטער, באוואוסט געוויינלעך סתם בראדוויי, איז שייך צו טעאטרישע פארשטעלונגען וואס קומען פאר אין די 40 פראפעסיאנעלע טעאטערס מיט מער ווי 500 זיצן וואס געפינען זיך אינעם טעאטער דיסטריקט און לינקאן צענטער אויף בראדוויי, אין דער ניו יארק סיטי בארא מאנהעטן. צוזאמען מיט די לאנדאנער וועסט ענד טעאטערס, ווערן די בראדוויי טעאטערס ברייט גערעכנט דער העכסטער ניווא פון קאמערציעלן טעאטער אין דער ענגליש־רעדנדיקער וועלט.

דער בראדוויי טעאטער דיסטריקט איז א פאפולערע טוריסטן אטראקציע אין ניו יארק סיטי. לויט דער בראדויי ליגע, האבן בראדוייי פארשטעלונגען פארקויפט אומגעפער US$1.27 ביליאן ווערט פון בילעטן אין דעם 2013-14 סעזאן, ארויף 11.4% פון US$1.139 ביליאן אינעם 2012-13 סעזאן. אין 2013-14 זענען בייגעווען 12.21 מיליאן מענטשן, ארויף 5.5% פון דעם 2012-13 סעזאנס 11.57 מיליאן.