ⓘ שלמה הערשמאן איז געווען א חזן און יונגערער ברודער פונעם באקאנטן חזן מרדכי הערשמאן. די מבינים זאגן אז ער איז נישט געווען ווייניגער חזן ווי זיין ברודער, ער האט זי ..

                                     

ⓘ שלמה הערשמאן

שלמה הערשמאן איז געווען א חזן און יונגערער ברודער פונעם באקאנטן חזן מרדכי הערשמאן.

די מבינים זאגן אז ער איז נישט געווען ווייניגער חזן ווי זיין ברודער, ער האט זיך נאר באגענוגנט מיטן זיין א חזן אין א שוהל און נישט געווען אינטרעסירט צו ווערן באוואוסט אין דער וועלט.

אין די יוגנט האט ער געזונגען מיט זיין ברודער און אין די כארן פון בארימטע חזנים ווי שלמה ראוויץ, שמאי מרגליות און מאיר פיסאק.

דערנאך איז ער געווארן אויפגענומען חזן אין דער פרעסטיזשפולער נאזשיק שוהל פויליש: Synagoga Nożyków אין ווארשע. און פון דארט איז ער אין יאהר תר"ץ געווארן אויפגענומען דער חזן פון דער קרומפסאל שול אין מאנטשעסטער, וואו ער איז געבליבן פינעף און דרייסיג יאהר ביז ער האט זיך פענסיאנירט.

ער האט געהייראט קריינא פרייסקל.

חזן הערשמאן איז געווען א פריינטליכער מענטש וועלכער איז געווען זייער באליבט ביי זיין קהילה און אלע מענטשן פון שטאט.

                                     

1. קאמפאזיציעס און רעקארדירונגען

עס זענען געבליבן פון איהם בלויז א קליינע צאל קאמפאזיציעס וועלכע זענען רעקארדירט געווארן אין פוילין פאר די קריג, אבער זענען כמעט נישט צו באקומען.

  • על חטא בארדיטשוב
  • עץ חיים
  • שמעה ותשמח
  • קדיש בארדיטשוב
                                     
  • אין דעם כאר פון חזן שלמה ראוויץ. ער איז נפטר געווארן ב שבט תש א אין בלויזן עלטער פון דריי און פופציג יאר אלט. אין תרע ג איז הערשמאן ערוויילט געווארן אלס