ⓘ עברונה איז אַ היים פאַר איין פערטל פון דער ישראלישער פּאָפּולאַציע פון גאַזעל Gazella dorcas. צווישן אַנדערע זויג־חיות קען מען געפינען קיניגלעך, ווי אויך עטלעכע ..

                                     

ⓘ עברונה

עברונה איז אַ היים פאַר איין פערטל פון דער ישראלישער פּאָפּולאַציע פון גאַזעל Gazella dorcas. צווישן אַנדערע זויג־חיות קען מען געפינען קיניגלעך, ווי אויך עטלעכע זגאַלן רויב־חיות: פוקסן, וועלף, קאַראַקאַל קעץ, היענעס. אַנדערע וויכטיקע עלעמענטן פון דער פאַונע זיינען פייגל, שרצים און כל מיני אינסעקטן.

                                     

1. אַרכעאָלאָגיע

אין די גרענעצן פון עברונה געפינען זיך עטלעכע אַרכעאָלאָגישע דענקמעלער. איינער פון זיי איז רעשטלעך פון אַ פאַרם פון דער אומייה תקופה מיט אונטערערדישע וואַסער קאַנאַלן, וואָס זיינען באַנוצט געוואָרן צו באַוואַסערן די סעדער.

                                     

2. נאַפט איבערפלייץ 2014

3-4 דעצעמבער 2014 האָט אין דער סביבה דורכגעריסן אַ נאַפט רער, וואָס איז אַ טייל פון דעם אילת־אשקלון נאַפט טראַנספּאָרט ליניע. ס׳איז אַרויסגעגאָסן געוואָרן אַן ערך 5 מלנ. טאָן נאַפט. אין עברונה האָט געליטן די צפונדיקע טייל, און מען האָט שוין אָפּגעשאַצט, אַז די נעגאַטיווע השפּעה אויף דער נאַטור זאָל זיין זייער אַ גרויסע. בשעת זויג־חיות און פייגל מיידן אויס די נאַפט לוזשעס, קליינע בעלי חיים זיינען ניט מסוגל זיי צו פאַרמיידן. איז אַפּשיטא, אַז די פלאַנצן זיינען נאָך אין גרעסערער סכנה, ווייל חוץ די אָפענע לוזשעס ס׳איז געוואָרן קאָנטאַמינירט אַ היפּשער שטח גרונט.

די מיטלען, וואָס ווערן פאַרווענדעט דורך דער אינסטאַנץ פאַר נאַטור און פּאַרקן, זיינען: אויספּאָמפּען די נאַפט לוזשעס און צו עוואַקואירן די איינגעשמוצטע באָדן.

                                     

3. וועב־לינקען

  • "שמורת ערבת עברונה", אויף וועב־זייטל פון www.inature.info
  • "Race against time to keep oil spill from reaching Eilat". HaAretz, 6 Dec 2014
  • "דליפה של נפט גולמי פגעה קשות בשמורת הטבע עברונה שליד אילת", אויף וועב־זייטל פון דער אינסטאַנץ פאַר נאַטור און פּאַרקן
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →