ⓘ שפרה לעווין-לאָווען איז אַ יידישע קאָמפאָזיטאָרין און שרייבערין וועלכע וואוינט הײַנט צו טאָגס אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע. איהרע לידער זענען ערשינען אין די פאָפולע ..

                                     

ⓘ שפרה לעווין

שפרה לעווין-לאָווען איז אַ יידישע קאָמפאָזיטאָרין און שרייבערין וועלכע וואוינט הײַנט צו טאָגס אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע.

איהרע לידער זענען ערשינען אין די פאָפולערסטע חסידישע אלבאָמען און איהרע אַרטיקלען אין די פרומסטע מאַגאַזינען ווי: מעלות און באַלײַכטונגען.

הײַנט שרײַבט זי פאַרן פאָרווערטס.

                                     

1. ביאגראפיע

זי איז אויפגעוואַקסן אינעם חסידישן שטעטל קרית טאָהש אין גאָר א פרומער חסידישער שטוב.

זי האָט יונגערהייט חתונה געהאט אין א געשדכ׳ענטן שידוך צו יוחנן לאווען, אויך פון א שטרענג פרומער פאמיליע, וועלכע האבן זיך געצויגן קיין טאהש פון לאנדאן, ענגלאנד. זיי האבן געהאט פיר קינדער וואוינענדיג אין טאהש. אין עלטער פון ניין און צוואנציג האט זי זיך אוועקגעצויגן פון טאהש מיט איר מאן און קינדער קײַן מאָנטריאל, וואו זיי האָבן שפעטער געטוישט זייער פרומען לעבנס-שטייגער און געהערן הײַנט צו א רעקאנסטרוקציאָניסטישער יידישער געמיינדע וואו זיי פירן זיך לויט ווי זייער הארץ באגערט.

אפילו זיי האבן אפגעלאזט זייער פרומען שטייגער רעדט די פאמיליע נאכאלץ די יידישע שפראך און שפרה שרייבט פון צייט-צו-צייט ארטיקלען אין יידיש.

                                     

2. לידער

  • עד מתי
  • קום צוריק
  • צאתכם לשלום בית צירל
  • צדיק כתמר
  • בת ישראל
  • בית אסתר
  • חינוך
  • טרערן
  • מתי יגיעו
  • גלות
  • הערצעלע
  • עטרת תפארת-צניעות
  • שבת
  • קידוש ה
  • ירושלים
  • צאן קדשים
  • מלחמת היצר
  • דאגהלע
  • דוד המלך
  • תפילה
  • חדר
  • תחית המתים
  • שרי, טייערע כלה
  • יענקעלע
  • יוגנט
  • שבת געזעגענונג
  • א אידישע מאמע
  • מסורה
                                     

3. וועבלינקען

  • אן ארטיקל וועגן איהרע זינג לידער אין פארווערטס
  • זי שרייבט איבער אירע איבערלעבענישן אלס יונג מיידל
  • אויף קאווע שטיבל
  • אן ארטיקל וועגן זיי אין פארווערטס אונטער אנדערע נעמען
  • ד
  • אן ארטיקל וועגן דער סיבה פון טוישן זייער לעבנסשטייגער
  • די מיטגלידער פֿון "פֿייסבוק‟ קאָנען הערן אַ גאַנצע זאַמלונג פֿון אירע לידער, אויף דער זײַט
  • אן ארטיקל וועגן די טאכטערס בת מצוה פייערונג אין פארווערטס
  • אויף קאווע שטיבל, וועגן איר בחור חיים וועלכער האט געווינען #1 אין קאנאדע אינם חידון התנך