ⓘ פאליטישע פארטייען אין ישראל ..

ארבעטס-פארטיי (ישראל)

די ישראלישע ארבעטס-פארטיי, העברעאיש: העבודה, ״ די ארבעט״, איז א פאליטישע פארטיי אין ישראל. איר אידעאלאגיע איז סאציאל דעמאקראטיש און ציוניסטיש. דער היינטיגער אנפירער איז אבי גבאי, דערוויילט אין יולי 2017. די פארטיי איז געגרינדעט געווארן אין 1968 דורך א צונויפֿגאס פון דריי לינקע פארטייען: מפא"י, אחדות העבודה און רפי. אין דעם 20סטן כנסת האט די ארבעטס-פארטיי 19 מאנדאטן, ווי א טייל פון דער ציוניסטישער לאגער פראקציע וואס האט אינגאנצן 24 מאנדאטן.

גשר

גשר איז א פאליטישע פארטיי אין ישראל אויפגעשטעלט דורך כנסת דעפוטאט ארלי לוי-אבעקאסיס. די פארטיי ווערט גערופן אויפן נאמןע פון דער גשר פארטיי וואס איר פאטער, דוד לוי, האט געפירט.‏ די פארטיי האט קאנדידירט אין די וואלן צום 21סטן כנסת, אבער האט נישט געדאנזשעט אריבערגיין דעם מינדעסטן וויילערס־פראצענט. אין די וואלן צום 22סטן כנסת איז די פארטיי געלאפן אין דער ליסטע ארבעט-גשר. ‏

דגל התורה

דגל התורה איז די ליטווישע פאליטישע פארטיי, געגרינדעט דורך הרב שך זיך אפגעטיילט פון אגודת ישראל נאך זייער טענה אז די חסידים און זייערע רביס קאנטראלירן די יהדות החרדית פאליטיק. די פארטיי האט יעצט פיר דעפוטאטן אין דעם כנסת, משה גפני, אורי מאקלעוו, יעקב אשר און יצחק פינדרוס. איצט דינען זיי מיט א שלום אינאיינעם מיט אגודת ישראל אינערהאלב יהדות התורה והשבת.

די באוועגונג

די באוועגונג איז א צענטער־לינקע פאליטישע פארטיי אין ישראל וואס האט זיך פארמאסטן אין די כנסת וואלן 2013. די פירערין פון דער פארטיי איז ציפי ליבני. די פארטיי האט באקומען 6 מאנדאטן. דעם 27סטן נאוועמבער 2012 האט לבני געמאלדן די נייע פארטיי "די באוועגונג" וואס גייט זיך פארמעסטן אין די קומענדיקע כנסת וואלן. דעם 3טן דעצעמבער האט דער כנסת קאמיטעט באשטימט אז זיבן דעפוטאטן פון דער קדימה פראקציע זענען אריבער צו דער באוועגונג פראקציע. די זיבן דעפוטאטן זענען: רחל אדאטא, מאדזשאלי וואהאבי, אורית זוארעץ, יואל חסון, ראבערט טיוויאיעוו, שלמה מאלא ומאיר שיטרית. אין די 2013 וואלן האט די פארטיי באקומען 6 מאנדאט ...

חוסן לישראל

חוסן לישראל איז א ישראלישע פאליטישע פארטיי געגרינדעט דורך געוועזענער שעף בעני גאנץ. אום 21סטן פעברואר 2019 האט דער פֿארזיצער פון חוסן לישראל פארטיי, בעני גאנץ, און דער פארזיצער פון דער יש עתיד פארטיי, יאיר לאפיד, באשלאסן צו לויפן אויף א געמיינזאמער רשימה מיטן נאָמען כחול לבן אין די כנסת וואלן. 21, וואָס אויך די טעלאַם פארטיי און דער געוועזענער שטאב שעף גבי אשכנזי. דער בונד איז פאָרגעקומען אין די צוואַנציק-צווייטן כנסת, און אין די וואלן צו די צוואַנציק-דריט כנסת, אָבער דיסינטאַגרייטיד בשעת די 23 כנסת רעכט צו אַ פּאָלעמיק וועגן פּאָזיציע אין דער 35 ישראל רעגירונג.

יהדות התורה

יהדות התורה - איז א פראקציע פון אשכנזישע חרדים וואס איז א פאראייניגונג פון דער חסידישער אגודת ישראל פארטיי און דער ליטווישער דגל התורה פארטיי. דער רוחניתדיגער מנהיג פון דגל התורה איז דער מנהיג פונעם ליטווישן עולם, הרב אהרן לייב שטיינמאן. די מנהיגים פון אגודת ישראל זענען דער אדמו"ר פון גער, הרב יעקב אריה אלטער, און אויך די אדמו"רים פון וויזשניץ, בעלזא און אנדערע קרייזן. די העכסטע אויטאריטעט פון אגודת ישראל איז די מועצת גדולי התורה.