ⓘ דוד עקיבא, איז א יודישער פאטאגראפירער וועלכער וואוינט אין באסטאן. ער האט אנגעהויבן פאטאגראפירן אלס יונגל אין זיין שלאפצימער און אומגעפעהר התשל האט ער אנגעהויבן ..

                                     

ⓘ דוד עקיבא

דוד עקיבא, איז א יודישער פאטאגראפירער וועלכער וואוינט אין באסטאן.

ער האט אנגעהויבן פאטאגראפירן אלס יונגל אין זיין שלאפצימער און אומגעפעהר התש"ל האט ער אנגעהויבן פראפעסיאנאלע ארבעט.

זיינע ווערק ערשיינען אין די פראמינענטסטע קונסט זאמלונגען. ער איז אויך א פאטאגראפיע לעהרער אין פארשידענע קאלידזשעס.

זיין נאמען פון געבורט איז געווען דוד כהן, נאר ער האט עס געטוישט וויבאלד עס איז שוין געווען א פאטאגראפירער מיט דעם נאמען.

ער און זיינע ווערק ערשינען אויך אין א פאמיליע פילם פון זיין זוהן פון זיין ערשטע הייראט מיין ברודערס חתונה.