ⓘ אבדאללא, קעניג פון סאודי. אַבדאַללאַ בן עבד אל-עזיז אָאל סעוד איז געווען דער זעקסטער מלך פון סאודי אראביע. ער איז געווארן קעניג דעם 1טן אויגוסט 2005, נאכן טויט ..

                                     

ⓘ אבדאללא, קעניג פון סאודי

אַבדאַללאַ בן עבד אל-עזיז אָאל סעוד איז געווען דער זעקסטער מלך פון סאודי אראביע. ער איז געווארן קעניג דעם 1טן אויגוסט 2005, נאכן טויט פון זיין האלבן ברודער, דער מלך פֿאַהד. פון אנהייב 1996 האט אַבדאַללאַ געדינט ווי רעגענט, און פראקטיש דער הערשער פון סאודי אראביע, ווייל דער מלך פאהד האט נישט געקענט רעגירן צוליב א בלוטשטורץ וואס ער האט באקומען יענעם יאר.

אַבדאַללאַ איז געבוירן געווארן אין ריאד, איינער פון די 37 קינדער פון איבן סאוד, דער גרינדער פונעם סאודישן קעניגרייך, צו איבן סאודס אכטן ווייב, פאהדא.