ⓘ העברעאיש-שפראכיגע פילמען ..

אושפיזין (פילם)

אושפיזין איז א פילם וואס מאלט אראפ דעם לעבנסשטייגער פון א ברסלבער חרדישער בעל תשובה קינדערלאזער איד אין ארץ ישראל, און וואס ער האט מיטגעמאכט במשך פון איין יום טוב סוכות. דער נאמען פונעם פילם, אושפיזין, איז געגעבן נאך די אומגעבעטענע און אומגעוואונטשענע געסט וואס קומען אן אויף יום טוב ביים הויפט כאראקטער אין די סוכה. די געסט, נידעריגע עלעמענטן אנטלאפענע פון א ישראלישע טורמע, דרייען אים איבער דעם יום טוב און מאכן א טומל אינם חרדיש, חסידישן געגנד. און דאס איז זיין נסיון, זיך נישט אויפצורעהגן אויף זיי און האבן סבלנות.

אין סאטמאר געפאנגענשאפט

אין סאטמאר געפאנגענשאפט איז א 2013 דאקומענטארער פילם וועלכער דערציילט די געשיכטע פון די תימנער יודן וואס די סאטמארער אין ניו יארק ברענגען כדי זיי צו ראטעווען פון די ציונים. מען זאגט זיי צו מוועט זיי געבן פון אלעם גוטן, אבער למעשה באציט מען זיך צו זיי אן די מינדעסטע סענסיטיוויטעט און אכטונג צו זייערע אייגנארטיגע געברויכן. די קריטיק איז בעיקר געוואנדן צו דער ארגאניזאציע וועד להצלת יהודי תימן אנגעפירט דורך יצחק חיים פריינד פון די בני יואל.

אנפילן די הוילקייט

אנפֿילן די הוילקייט איז א ארץ ישראלדיגער פילם וועלכער איז אויך געוויזן געווארן אין אמעריקע. דער פילם איז געשאפן געווארן דורך דער פרומער רעזשיסארין ראמע בורשטיין, און לאָוט איהר בקשה טאהר מען עהם נישט שפיהלן אום שבת. ער האט באקומען זיבן אופיר פרעמיעס. אין 2012 איז עס געוועהן דער מעהרסטער געזעהענער פילם אין ארץ ישראל.

די בעני זינגער פארשטעלונג

די בעני זינגער פאָרשטעלונג איז א קורצער העברעיאישער ישראלישער ראמאנטישער דראמאטישער קאמעדיע פילם פון 1993 דירעקטירט דורכן באקאנטן רעזשיסאר ארנון גאלדפינגער, וואס איז געוועהן זיין ערשטער פילם. מען האט צועהרשט געוויזן דעהם פילם ביים ירושלימער פילם פעסטיוואל און דערנאהך אויף פארשידענע פעסטיוואַלן ארום דער וועלט וואו עהר האט געווינען עטלעכע אויסצייכענונגען.

די יודן קומען

די יודן קומען איז א קאמישער ישראלישע טעלעוויזיע סעריע איבער פארשיידענע פיגורן און געשיכטעס פון דעם יודישן פאלק. דעם ערשטן סעזאן האט מען אנגעהויבן שפילן אום חשוון התשע"ה אויף דער ערוץ הראשון און באשטייט פון צוועלף עפיזאדן. די צווייטע סעזאן וועלכע וועט אנטהאלטן פופצן פרקים וועט מען ווייזן אום 2016. עס איז געווען א פאליטישער געראנגל ווען עס איז געלאפן א פּראָומאָו מיט דער פאהרשטעלונג פון די מערדער ברוך גאלדשטיין, יגאל עמיר און יונה אברושמי וואו זיי זינגען איך בין א רעכטער רוצח.

דער קאמעדיאנט

דער קאָמעדיאַנט איז א ישראלישער דאקומענטארער פילם ערשינען אין יאר 2000 וועלכער דערציילט די געשיכטע פין דער פאמיליע פונעם אקטיאר פסחקע בורשטיין און זייער ראָלע אין דעם יודיש טעאטער דורך אינטערוויוס מיט די בורנשטייןס און אנדערע פערזענלעכקייטן פון דער בינע. די פילם איז געמאכט געווארן צו זײַן הונדערטסטן געבוירן-טאָג אין 1996. דער פילם אנטהאלט אויך זעלטענע בילדער און אויפֿטריטן פין פסחקע און אנדערע אקטיארן. ער האט געווינען צוויי ישראלדיגע אויסצייכענונגען.

הידזשירא

הידזשראַ איז א ישראלישער טעלעוויזיע סעריע איבער ווי אזוי איסלאם נעמט איבער אייראפע און זיי טוהען גאהרנישט דערצו אונטערן מאנטל פון פרייהייט און טאלעראנץ, דירעקטירט דורך צבי יחזקאלי. עס באשטייט פון פינעף עפיזאדן וועלכע באציהט זיך א גרויסער טייל ווי אזוי איסלאמישע יונגען פון לאנדאן און בעלגיע ווערן באאיינפלוסט פון עקסטרעמיסטן צו גיין קיין סיריע און איראק צו קעמפן מיט אייסיס. ער האלט אפ אינטערוויוס מיט איסלאמישע פיהרער און מיטגליעדער פון עקסטרעמיסטישע גרופעס אין אייראפע, פאר וועהמען ער געט זיך אהן אלס פאלעסטינער און רעדט מיט זיי אין אראביש.

לעולם אינך יודע

לעולם אינך יודע איז א דראמאטישער ביאגראפישער דאקומענטארער פילם וועהגן דעהם קאמפאזיטאר, זינגער און משפיע רבי שלמה קארליבאך, ערשינען אין יאהר 2008 אויף דער ישראלישער טעלעוויזיע קאנאל ערוץ 2. עס איז צועהרשט געוויזן געווארן ביים פילם פעסטיוואל אין סינעמאטעק ירושלים ענדע 07. דער טיטל איז מיוסד אויף א מאמר וואס רבי שלמה זאהגט נאהך פונעם בעל שם טוב. דער פילם גייט נאהך מענטשן חסידים און תלמידים פון רבי שלמה ווי זיי רעדן מיט התרגשות וועהגן עהם און זיין לעהבן און ווי אזוי ער האט געטוישט זייער לעהבן. עס וועהרט פילמיהרט אין ישראל ביי זיין קבר אויף הר הזיתים און אין די שטעהטל פון זיינע חסידים, ווי אויך ...

שטיסל

שטיסל איז א ישראלישע טעלעוויזיע סעריע. די ערשטע סעזאן איז אורשפרינגליך אויסגעשטראלט אויף דעם קאנאל יעס פון כ"א תמוז ביז מוצאי יום כיפור התשע"ג. אלון זינגמאן איז געווען רעזשיסאר; אורי אלון און יהונתן אינדארסקי האבן די סצענאר געשריבן. בארימטע אקטיארן האבן געשפילט אין שטיסל. זי האט באקומען הויכע איינשאלטקוואטעס שאצונגען און א סך קריטיקער האבן זי געלויבט.

                                     

אהבה ממבט שני

א מיידל אין תל אביב פארליעבט זיך אין א מאן וועהמען זי האט אומווילנדיג פאטאגראפיהרט. זי טרעפט עהם ביים אויפשטייגן אויף א פליגער און בעהט עהם זייער שטארק צו בלייבן רעדן מיט איהר אבער עהר אנטזאגט ווייל ער קען איהר נישט. אין די לעצטע מינוט דרייעט עהר זיך צוריק און גייט איהר אויפזוכן.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →