ⓘ יחיאל מיכל הלוי עפשטיין. הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטין - כב אדר ב התרסח איז געווען רב פון נאווהארדאק, א פוסק און מחבר פונעם ספר ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקים פון ..

                                     

ⓘ יחיאל מיכל הלוי עפשטיין

הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטין - כ"ב אדר ב התרס"ח איז געווען רב פון נאווהארדאק, א פוסק און מחבר פונעם ספר ערוך השולחן אויף אלע פיר חלקים פון שולחן ערוך. ער איז באקאנט ווי דער ערוך השולחן אויפן נאמען פון זיין ספר.

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

רבי מיכל איז געבוירן געווארן אין דער ליטווישער שטאט באברויסק היינט אין בעלארוס צו זיין פאטער ר אהרן יצחק הלוי, א תלמיד חכם און אסוחר, און זיין מוטער ראשקא. זיין משפחה, די עפשטיין משפחה איז א צווייג פון דער ספרדישער בנבנשתי משפחה, וואס שטאמט פון רבי אהרון הלוי דער מחבר פונעם ספר החינוך.

רבי מיכל איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי אליהו גאלדבערג אב"ד פון באברויסק.

ער האט געהייראט מיכלה, א טאכטער פון ר יעקב בערלין פאטער פונעם נצי"ב פון וואלאזשין‏, און האט געוואלט זיך באשעטיקן מיט האנדל און נישט מיט רבנות, אבער ער האט געהאלטן דאס געלט פון זיין נדן ביי איינעם וואס האט זיך באנקראטירט, און נישט האבנדיג קיין דערפאלג אין האנדל איז ער געווארן א רב.

אין תרכ"ה, ווען ער איז געווען אלט 27, האט מען אים באשטימט אב בית דין פון דער חסידישער שטאט נאוואזיבקאוו אין רוסלאנד. כאטש ער אליין איז געווען פון א מתנגדישער משפחה, האט ער געוויזן סימפאטיע צו חסידות. נאך ווען ער איז געווארן שטאטס רב, איז רב עפשטיין געפארן אויף א שטיק צייט צום ליובאוויטשער רבין דעם צמח צדק, פון וועמען ער האט אויסגעלערנט וויאזוי צו פסקענען הלכה.

אין תרמ"ג 1883, ביי דער עלטער פון 45, איז ער אריבער קיין נאווהרדאק וואו ער האט געדינט אלס שטאטס רב 34 יאר.

הרב עפשטיין איז געווען דער פאטער פון הרב ברוך הלוי עפשטיין מחבר פונעם פירוש "תורה תמימה" אויף חומש, דער זיידע פון הרב מאיר בר-אילן און א שוואגער און אויך דער שווער פונעם נצי"ב, ראש ישיבה אין וואלאזשין

                                     
  • ניישטאט הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין אב ד פון נאווהארדאק, מחבר פון ערוך השלחן רבי משה יחיאל הלוי עפשטיין אזשעראווער רבי רבי משה מרדכי עפשטיין ראש ישיבה
  • נאר אין אן עיבור יאר. טעג ווען כ ב אדר ב קען געפאלן: ה תרס ח - רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין אב ד נאווהארדאק, דער מחבר פון ערוך השולחן כ ב אדר
  • דער 19טער שעף פון גענעראל שטאב אין צה ל ה תרס ח אדר ב - רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין אב ד נאווהארדאק, דער מחבר פון ערוך השולחן כ ב אדר א כ ב אדר
  • האט ער חתונה געהאט מיט זיין ניכטע, א טאכטער פון זיין שוואגער הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין מחבר פונעם ערוך השולחן זייער זון איז געווען רבי מאיר בר - אילן
  • רבי ארי לייב ב ר ישראל סאלאנטער, רב אין ברעזין ה תרס ב - רבי יחיאל מיכל הלוי עפשטיין אב ד נאווהארדאק, מחבר פון ערוך השולחן געב ה תקפ ט ה תרצ ה
  • באזירט אויפן שולחן ערוך און שאלות ותשובות פון די אחרונים. הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין תקפ ט תרס ז, ערוך השולחן הרב יוסף חיים פון באגדאד 1832 1909
  • בוכהאלטער אין א באנק פאר פרנסה. ער איז געבוירן געווארן צו הרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין מחבר ספר ערוך השולחן און מיכלה די שוועסטער פון דעם נצי ב, ראש ישיבה
  • רידב ז דעמאלסטיגער סלוצקער רב, הרב ברוך בער לייבאוויץ וואס איז געווען רב אין דעם נאענטן שטעטל האלוסק, והרב יחיאל מיכל הלוי עפשטיין דער ערוך השלחן