★ טעכנאלאגיע - אינפארמאציע ..

מארטין היידעגער

מאַרטין היידעגער איז געווען א דייטשער פילאסאף וואס האט עוסק געווען אין אנטאלאגיע, עסטעטיק, פילאסאפיע פון טעכנאלאגיע און פענאָמענאלאגיע, און האט באאיינפלוסט דעם שטראָם פון עקזיסטענציאליזם. זײַן הויפּט-ווערק איז געווען דער עסיי "זײן און צייט"1927, וואָס ער האָט געווידמעט צו עדמונד הוסערל, זײן לערער פון פילאסאפיע. היידעגער איז געווארן א מיטגליד אין דער נאצי פארטיי און זיי האבן אים באשטימט רעקטאָר פונעם אוניווערסיטעט פון פרייבורג. אין דעם ראם, האט מען פאַרבאָטן הוסערל וואָס איז געווען פֿון א ייִדישן אָפשטאַם צו נוצן די אוניווערסיטעט ביבליאָטעק, און די ייִדישע לעקטארס אין דעם אוניווערסיטעט זענע ...

מאגנעטיש פעלד

א מאַגנעטיש פֿעלד איז א מאטעמאטישע באשרייבונג פון דעם מאגנעטישן איינפלוס פון עלעקטרישע שטראמען און מאגנעטישע מאטריאלן. דאס מאגנעטישע פעלד ביי א געוויסן פונקט ווערט ספעציפירט מיט סיי א ריכטונג און סיי א גרייס, אזוי איז עס א וועקטאר פעלד. א מאגנעטיש פעלד ווערט מערסטנס דעפינירט דורכן לארענץ קראפט וואס עס לאזט פילן אויף רירנדיקע עלעקטרישע לאדונגען. מאגנעטישע פעלדער ווערן פראדוצירט דורך רירנדיקע עלעקטרישע לאדונגען. אין ספעציעלער רעלאטיוויטעט, זענען עלעקטרישע און מאגנעטישע פעלדער צוויי צווישנבאציענדע אספעקטן פון אן איינציגן אביעקט, דער עלעקטראמאגנעטישער טענסאר, דער שפאלט פון דעם טענסאר אויף עלעק ...

                                     

★ טעכנאלאגיע

טעכנאלאגיע זוכט פראקטישע לייזונגען פון פראבלעמען ניצנדיק וויסנשאפט. איינער פון די ערשטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז געווען דער ראד. שפעטער האט מען ערפינדן דרוקעריי, וואס האט איבערקערט די מלאכה פון מאכן ביכער. מאדערנע טעכנישע ערפינדונגען זענען: קאמפיוטער, אויטא, מאשין, טעלעפאן א.א.וו.

טעכנאלאגיע האט אויך געזען די אנטוויקלונג פון וואפן פון שטעקנס צו נוקלעארע וואפן.

טעכנאלאגיע איז א צוזאמענשטעל פון וויסן, געצייג און אינפראסטרוקטור.

דער איינפלוס פון טעכנאלאגיע אויף דער געזעלשאפט אין פארשידענע וועגן. פון איין זייט האט זיך אנטוויקלט די פארגעשריטענע עקאנאמיעס דורך טעכנאלאגיע. פון דער צווייטער זייט זענען פאראן אומגעוואונטשטע ארויסקומען, ווי פארפעסטיקונג פון דער סביבה.

טעכנאלאגיע האט א סך ווירקונגען. זי האט געהאלפן אנטוויקלען מער פארגעשריטענע עקאנאמיעס כולל דער היינטיקער גלאבאלער עקאנאמיע און האט דערמעגלעכט דאס וואקסן פון א פרייצייט קלאסע פון מענטשן. פיל טעכנאלאגישע פראצעסן פראדוצירן אומבאוואונשטע ביי־פראדוקטן וואס מען רופט פארפעסטיקונג און טון אויסשעפן נאטירלעכע רעסורסן ביז צום שעדיגן דער ערד׳ס סביבה. פארשידענע דורכפירן פון טעכנאלאגיע באאיינפלוסן די ווערטן פון א געזעלשאפט און שאפן נייע פראגעס וועגן דעם עטיק פון טעכנאלאגיע.

                                     

1. וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע

סאיז נישט שטענדיק קלאר די אונטערשייד צווישן וויסנשאפט, אינזשעניריע און טעכנאלאגיע. וויסנשאפט איז די שטודיע פון פענאמענען צו פארשטיין בעסער די פרינציפן וויאזוי אונזער וועלט פונקציאנירט. אינזשעניריע איז דער פראצעס פון שאפן געצייג און סיסטעמען ניצנדיק נאטירלעכע פענאמענען כדי מענטשן זאל האבן דערפון א פראקטישן ניץ.

טעכנאלאגיע קומט אפטמאל, אבער נישט אלעמאל, ווי א רעזולטאט פון ביידע וויסנשאפט און אינזשעניריע.

סאיז פאראן עטלעכע סארטן טעכנאלאגיע:

  • פארמיטל.
  • ראבאטיק.
  • נאנאטעכנאלאגיע.
  • מעטאלורגיע.
  • ביאטעכנאלאגיע.
  • קאמפיוטעריי.
  • עלעקטראניק.
                                     

2. היסטאריע

צווישן די גאר אלטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז דער ראד, וואס די ארכעאלאגן האבן געטראפן אין די פריעסטע געזעלשאפטן סיי אין מעסאפאטאמיע סיי אין צענטראל-אייראפע. מען האט געניצט רעדער אין וואגענעס. אויך האבן טעפער געניצט א טעפער-ראד.

אינעם מיטל אלטער האט מען געניצט די פשוטע מאשינען ווי דער הייבער, דער שרויף און דער בלאק צו שאפן מער קאמפליצירטע געצייג, ווי די טאטשקע, די ווינטמיל און דער זייגער. מיטן רענעסאנס האט מען ערפינדעט די דרוקפרעסע וואס האט דערמעגלעכט פארברייטערטע קאמוניקאציע.

די הויפט אנטוויקלונג פון דער טעכנאלאגיע האט פאסירט ווען עס האט זיך אנטוויקלט די מאשינען פון דער אינדוסטריעלער רעוואלוציע.

די אינדוסטריעלע רעוואלוציע האט אנגעהויבן אין דעם 18טן יארהונדערט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך. דאס איז געווען א תקופה פון גרויסער טעכנאלאגישער אנטדעקונג, ספעציעל אין די געביטן פון לאנדווירטשאפט, פאבריקאציע, מינעריי, מעטאלורגיע און טראנספארט, וואס איז ארויסגעקומען פון דער אנטדעקונג פון דאמפֿקראפט. טעכנאלאגיע האט אוואנסירט נאך א שריט אין א צווייטער אינדוסטריעלער רעוואלוציע מיטן שפאנען פון עלעקטריע צו שאפן אזוינע אינאוואציעס ווי דער עלעקטרישער מאטאר, דאס עלעקטרישע לעמפל און נאך א סך. שפעטער האט מען דערפינדן נייע באגריפן וואס האבן דערמעגלעכט געטריבענע פליען און אוואנסירונגען אין מעדיצין, כעמיע, פיזיק און אינזשעניריע.מיט דער וואוקס אין טעכנאלאגיע איז געווארן מעגלעך צו בויען וואלקן קראצערס און ברייטע שטאטישע שטחים וואו די איינוואוינער פארלאזן זיך אויף מאטאר טראנספארט צו גיין פון איין ארט צום צוויטן און כדי אריינברענגען עסן. אויך איז קאמוניקאציע געווארן שטארק פארבעסערט מיט דער ערפינדונג פון טעלעגראף, טעלעפאן, ראדיא און טעלעוויזיע. ביי דער ענדע פונעם 19טן יארהאונדערט און אנהייב 20סטן יארהונדערט איז געווארן א רעוואלוציע אין טראנספארטאציע דורך דעם אויטאמאביל און דעם עראפלאן.

אינעם 20סטן יארהונדערט זענען צוגעקומען א גאנצע רייע נייע חידושים. אין פיזיק האט די אנטדעקונג פון יאדער-שפאלטונג האט געברענגט צו נוקלעארע וואפן און אויך קערנדיקע קראפט. מען האט ערפינדן קאמפיוטערס און שפעטער האט מען זיי פארקלענערט מיט טראנזיסטארן און אינטעגרירטע קרייזן. אינפארמאציע טעכנאלאגיע האט געברענגט צו שאפן די אינטערנעץ וואס האט אריינגעברענגט די אינפארמאציע תקופה. מענטשן ניצן היינט סאטעליטן אויסצופארשן דעם קאסמאס און אויך פאר טעלעקאמונקאציע.

                                     

3. פייער

פייער איז א וויכטיגער קוואל פון ענערגיע. אז מען פארברענט האלץ און האלצקוילן אין א פייער קען מען קאכן עסן. מיט דער צייט האט מען ערפינדן דעם ברענאויוון און דעם בלאזזאק וואס האט געגעבן די מעגלעכקייט צו שמעלצן און קאווען מעטאלן, ווי למשל גאלד, זילבער, קופער און בליי. מען איז גיך דערגאנגען די מעלות פון קופערנע געצייג איבער שטיין, ביין און הילצערנע געצייג. כאטש נאטירלעכער קופער איז נישט פאראן נאר אין קליינע קוואנטיטעטן אבער קופערנע אראצן זענען גאנץ פארשפרייט און מען קען פראדוצירן דעם מעטאל ווען מען פארברענט זיי אין א פייער פון האלץ אדער האלצקוילן.

ארבעטן מיט מעטאלן האט מען אויך אויסגעפונען געשמעלצן ווי בראנדז און מעש. די ערשטע באניצן פון אייזערנע געשמעלצן ווי שטאל זענען געווען בערך 1800 יאר פאר דער ציווילער רעכענונג.

מיט א פייער פון האלץ אדער האלצקוילן האט מען געקענט קאכן און בראטן עסנווארג צו מאכן אים מער עסבאר.

                                     

4. ענערגיע און טראנספארט

דאס ערשטע באניץ פון ווינט קראפט איז די זעגלשיף, ס׳איז פאראן א באריכט פון א נילוס שיפל מיט א זעגל שוין טויזנטער יאר צוריק. פון פרעהיסטארישע צייטן ווייזט אויס אז די עגיפטער האבן ווארשיינלעך געניצט די קראפט פון דער נילוס-פארפלייצונג צו באוואסערן זייערע פעלדער, און ביסלעכווייז האבן זיי זיך אויסגעלערנט צו רעגולירן דעם וואסערשטראם דורך געבויטע באוואסערונג קאנאלן און באסיינען. אזוי אויך האבן די אמאליגע באוואוינער פון מעסאפאטאמיע היינטיקער איראק, די סומערען, געלערנט צו ניצן די חידקל און פרת טייכן פארן זעלבן צוועק.

אבער די באניץ פון ווינט און וואסער קראפט איז געווען שטארק באגרענציצט אן אַן אנדער ערפינדונג. די ערפינדונג פון דער ראד האט פאסירט סיי אין מעסאפאטאמיע סיי אין די צפון קאווקאז בערג און סיי אין צענטראל אייראפע. מען האט געניצט רעדער פאר צוויי פארשידענע צוועקן. ערשטנס האט געמאכט וואגנס מיט רעדער כדי צו פירן א לאסט גאנץ גרינג א ווייטן וועג. אויך האט מען געניצט א ראד אין טעפעריי.

די ערפינדונג פונעם ראד האט געשאפט א רעוואלוציע אין האנדל און אין פירן קריגן. מיט גיכע טעפער-רעדער איז געווארן מעגלעך צו פראדוצירן א סך טעפעריי. אבער די גרעסטע רעוואלוציע איז געווען ניצן א ראד צו פארוואנדלען ענערגיע דורך וואסערמילן, ווינטמילן און אנדערע וועגן צו פארגרעסערן קראפט קוואלן.



                                     

5. אינפארמאציע טעכנאלאגיע

זעט דעם הויפּט אַרטיקל – אינפארמאציע טעכנאלאגיע

אינפארמאציע טעכנאלאגיע איז ברייט פארשטאנען ווי די אנווענדונג פון קאמפיוטערס צו שפייכלערן, שטודירן, צוריקברענגען, טראנסמיטירן און מאניפולירן דאטן אדער אינפארמאציע, אפטמאל אין קאנטעקסט פון האנדל. אינפארמאציע טעכנאלאגיע ווערט גערעכנט אן אפטייל פון אינפארמאציע און קאמוניקאציע טעכנאלאגיע.

מען ניצט דעם טערמין אינפארמאציע טעכנאלאגיע אפט אלס סינאנים פאר קאמפיוטערס און קאמפיוטער נעצווערק, אבער אין אמת׳ן ער שליסט איין אויך אנדערע אינפארמאציע פארשפרייטונג טעכנאלאגיעס ווי טעלעוויזיע, ראדיא און טעלעפאן. פארשידענע אינדוסטריעס האבן א שייכות מיט אינפארמאציע טעכנאלאגיע, כולל קאמפיוטער הארטווארג, ווייכווארג, עלעקטראניק, האלב-דורכפירערס, אינטערנעץ, טעלעקאם געצייג און עלעקטראנישער האנדל.

                                     

6. טעכנאלאגישע קראנקייטן

עס זענען פאראן געוויסע סאציאלאגישע און געזעלטשאפלעכע פראבלעמען פארבונדן מיט ניצן טעכנאלאגיע:

  • טעכנאפאביע - פארכט פון טעכנאלאגיע וואס זענען נייטיק פאר גליקלעכן לעבן.
  • די טעכנאלאגיע קען שאפן אז דער מענטש ניצט מער נישט זיינע אייגענע מעגלעכקייטן.


                                     
  • אינפארמאציע טעכנאלאגיע ענגליש: Information Technology, ראשי תיבות: IT באהאנדלט די טעכנאלאגיע וואס באגייט זיך מיט אינפארמאציע. אינפארמאציע טעכנאלאגיע פארנעמט
  • די היסטאריע פון טעכנאלאגיע איז די געשיכטע פון ערפינדונג פון נייע געצייג אין דער לויף פון די יארן, און זייער איינפלוס אויף דער געזעלשאפט. די ערשטע ערפינדונגען
  • מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע MIT איז א פריוואטע פארשונגס אוניווערסיטעט אין קעמברידזש, מאסאטשוסעטס, פאראייניגטע שטאטן, מיט פינף שולען און איין
  • ווידעא איז א טעכנאלאגיע וואס באמעגליכט צייגן בעוועגליכע בילדער. דאס ווידעא צייגט צענדליקע בילדער יעדע סעקונדע, ווען יעדע בילד װײ זט דעם המשך פון דעם פריערדיגן
  • קאלאשיץ, מחבר פון דברי חנה געב ה תרמ ד ה תשס ה - פראפ זאב לעוו, ישראלדיקער פיזיקער און גרינדער פון ירושלימער קאלעדזש פון טעכנאלאגיע געב ה תרפ ב
  • יאר, בלייבן נאך 46 טעג. 1940 - די ווארשעווער געטא ווערט פארשלאסן 1971 - טעכנאלאגיע די אינטעל פירמע הייבט אן פארקויפן דעם ערשטן מיקראפראצעסאר 4004 1708
  • 1874 2004 - זאב לב, יידישער פיזיקער און גרינדער פון דער קאלעגיע פאר טעכנאלאגיע אין ירושלים געב 1922 וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: 3טן אקטאבער
  • 9962722 E 32.8101444 34.9962722 דער ישראל נאציאנאלער מוזיי פון וויסנשאפט, טעכנאלאגיע און קאסמאס, מרכז דניאל ומטילדה רקנאטי איז א וויסנשא פ ט מוזיי פלאצירט
  • און אנטוויקלען קאמפיוטער טעכנאלאגיע קאמפיוטער הארטווארג און ווייכווארג. קאמפיוטעריי איז דער טייל פון אינפארמאציע טעכנאלאגיע וואס איז שייך צו קאמפיוטערס


                                     
  • iOS ר ת: iPhone Operating System איז די ווייכווארג וואס אלע אייפאנען און אייפאדס באנוצן זיך מיט, פון דעם טעכנאלאגיע ריז עפל.
  • אסימאוו האט געשריבן און געפארשט דעם ענין פון רא באטן. דער אפטייל פון טעכנאלאגיע וואס באהאנדלט רא בא טן הייסט רא בא טיק. רא בא טן ווערן געניצט אין פאבריקן
  • גרעסטע שטא ט אין אינדיע. באנגאלאר איז דער גרעסטער צענטער פאר אינפארמאציע טעכנאלאגיע אין אינדיע זען  רעדן  ענדערן גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט
  • איינער וואס ארבעט אין אן אפצווייג פון אינזשעניריע. אינזשענירן באניצן טעכנאלאגיע מאטעמאטיק און וויסנשאפטלעך וויסן צו לייזן פראקטישע פראבלעמען. די וואס
  • נא נאטעכנאלאגיע, אדער אינקורצן נא נאטעק, איז אן אלגעמיינער נאמען פאר דער שטודיע און טעכנאלאגיע פון פענאמענען פון סיסטעמען וואס זענען גרויס פון 1 ביז 100 נאנאמעטער. אין
  • דרוקן אין א געוויסער אויסגאבע פון א געדרוקטער צייטונג. היינט די מאדערנע טעכנאלאגיע לאזט ברענגען די נייעס זאפארט. וואס האט אמאל געדויערט שעה ן און טעג ווייסט
  • שליסן איין פראכט טראנספארט, פאבריקאציע, טעלעקאמוניקאציע, אינפארמאציע טעכנאלאגיע און פארזיכערונג. GDP by State. Greyhill Advisors. דערגרייכט דעם 7טן סעפטעמבער
  • 32.77750 35.02167 דער טעכניאן איז דער אוניווערסיטעט אינסטיטוט פאר טעכנאלאגיע אין חיפה, וואס איז געגרינדעט געווארן אין 1912 מיטן נאמען טעכניקום, און
  • 3טן אקטאבער - זאב לב, יידישער פיזיקער און גרינדער פון דער קאלעגיע פאר טעכנאלאגיע אין ירושלים געב 1922 5טן אקטאבער - מאריס ווילקניס, בריטישער ביאלאג
  • די ווירטשאפט זייער אנטוויקלט געווארן, צוליב די גרויסע אנטוויקלונג אין טעכנאלאגיע וואס איז דאן געוועזן, וואס האט זייער אנטוויקלט די האנדלונג, באנקעריי
  • נערמאל באשטייט עס פון רעלאטיוו קורצע פשוטע לידער נוצנדיג פארגעשריטענע טעכנאלאגיע צו פראדוצירן נייע וועריאציעס אויף עקזעסטירענדע טעמעס. אלץ א זשאנער איז
  • גרעסטע מוזייען ביבל לענדער מוזיי, ארכעאלאגישע מוזיי מוזיאון המדע פאר טעכנאלאגיע דער העברעאישער אוניווערסיטעט. איינע פון זיינע צוויי קאמפוסן בנייני
                                     
  • וועלט און צוגעלייגט אסאך אפטיילונגען פון היסטאריע, ידיעות התורה און טעכנאלאגיע אא וו. פון די פאפולערסטע ניקס אויף דעם זייטל זענען וויכטיג מאכער, לכאורה
  • אוניווערסיטעט - באסטאן, מאסאטשוסעטס יעיל אוניווערסיטעט מאסאטשוסעטס אינסטיטוט פון טעכנאלאגיע קעמברידזש, מאסאטשוסעטס סטאנפארד אוניווערסיטעט פרינצטאן אוניווערסיטעט
  • אוניווערסיטעטן אין דער וועלט. היינט האט קעמברידזש אויך א געלונגענעם הויך טעכנאלאגיע צענטער, גערופן סיליקאן פ ען קעמברידזש ליגט לעבן די M1 און A14 שאסייען
  • ביאטעכנאלאגיע איז א טעכנאלאגיע וואס ניצט אויס לעבעדיגע ארגאניזמען. ביאטעכנאלאגיע ווערט געניצט אין לאנדווירטשאפט, עסן וויסנשאפט און מעדיצין. אין ביאטעכנאלאגיע
  • אינזשעניריע איז די שטודיע וואס ווענדט אן וויסנשאפט און טעכנאלאגיע צו שאפן און קאנסטרוקציע. איינער וואס פראקטיצירט אינזשעניריע הייסט אן אינזשעניר. אינזשעניריע
  • טעאריע איז געווען אז דאס איז די ווערק פון א גא ט. אבער מיט די פארשריט פון טעכנאלאגיע און וויסענשאפט זענען אפירגעקומען וואס מער קלארערע און פעסטגעשטעלטע טעאריעס
  • דרוקעריי איז אן אלטע טעכנאלאגיע וואס דינט צו שאפן א צאל די זעלבע קאפיעס פון אינהאלט פון איין מקור. אסאך האלטן אז די ערשטע וואס האבן זיך באשעפטיגט מיט דרוקעריי
  • פלאנעטן אויספארשונג און קאמוניקאציע. היינט האבן 24 לענדער קאסמאסשיף טעכנאלאגיע רוסלאנד האט ארויפגעשאסן ספוטניק 1, די ערשטע קאסמאסשיף, אין 1957. די ערשטע
  • די וויקיפעדיע ווערט פארעכנט אלס א דיגיטאלישער בוך. היינט נאך וואס די טעכנאלאגיע איז זייער אנטוויקלט געווארן, איז די באדארפעניש פון ליינען ספרים אראפגעגיינגען

Users also searched:

טעכנאלאגיע, אינפארמאציע. טעכנאלאגיע,

Encyclopedic dictionary

Translation
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →