ⓘ געפילן ..

אנערקענונג

די גאנצע דאווענען און בכלל דאס לעבן פון עבודת ה דורך מצוות און מעשים טובים איז באזירט אויף דעם דאזיגען געפיל. עס איז א פליכט צו מאכן 100 ברכות יעדן איינציגן טאג צו זיין פארטאן דורכאויס אין דעם געפיל. פאר די זון, קליידונג, אויפשטיין, ארויסגיין, עסן, גיין, שמעקן, ליכטיגקייט, נאכט, שלאף, אויגן, פרייהייט, פוס, שטיין, ערד, און אזוי ווייטער. ווען מען איז שטענדיג אנערקענבאר צו יעדע סעקונדע פון די גוטס פון לעבן האט די לעבן א פילקייט פון פרייד און א מיינונג און א ציל. יעדער זיבעטער טאג סוף פון וואך אין שבת מוזן מיר רוען, און נישט גיין ארבייטן א גאנצן טאג מקדיש זיין פאר דעם געפיל פון אנערקענען און פ ...

לאנגווייליגקייט

לאנגווייליגקייט איז א קאנדיציע כאראקטעריזירט ביי די פערסעפציע פון איינעםס ענווייערמענט ווי נישט אינטערסאנטליך, שווער אדער ליידיג און אז עס פעילט סטימולאציע. דאס קען זיין אלס רעזולטאט פון לוקסוס און א חסרון פון עסטאטישע אינטערעסען. ארבייטען פלאג, אדער אפילו קונסט זעלבסט קען זיין דער סאביעקט צו קריטיק אז עס אנטהאלט לאנגווייליגקייט. עס איז פארהאן אן אומטיילבארע בירושהדיגע נעגעטיווער געפיל פון דרוקעניש אין לאנגווייליגקייט; מענשטן וועלן טאן אסאך אפמיטשענישען דאס צו פארמיידען אדער דאס צו היילן, אבער אין פארשידענע סירקומסאטאנסעס איז דאס אקצעפטירט אלס יסורים וואס מען מוז דורכגיין. אלגעמיינע פאסיוו ...

פארראט

פארראט אדער ביטראגע איז דער אקט פון פארעטען א מכלומרשטען גוטער חבר; אז איינער אנערקענט נישט די גוטס וואס מען ער באקומט פון דעם אנדערן, און ער צאלט אים צוריק מיט שלעכטס באהאלטענערהייט; אנעם וויסן פון דער וואס געט אים די גוטס, און אונטער זיין רוקן ווען ער ווערט געוואור די פארארט איז שוין צו שפעט. מען נוצט דאס אויף א באהאלטענער פיינט וואס ארבייט און אינפלאריטירט א גרופע קעגן זייער אינטערעסע פון זיין אייגן לאנד פאלק משפחה אידיאל און געזעלשאפט, וואס ער נוצט אויס די טראסט וואס זי האבן אים געגעבן קעגן זיי. דער דאזיגער פארערטער איז בטבעו א פאלטשער מענטש וואס האט זיך בלויז פארשטעלט, פון אנפאנג אן, ...

פרייד

רייכטום איז די ערשטע זאך וועלכע קומט אויף אין יעדנס געדאנק און יעדער וואלט געזאגט אויב איך וואלט געווען רייך וואלט איך געווען פרייליך א גאנצן טאג. אבער א שטודיע וועלכע איז גענומען געווארן דורך דעם אוניווערסיטעט פון אילינוי צייגט אז איינמאל א מענטש האט פרנסה צו קענען לעבן וועט אים מער געלט נישט ברענגען קיין גליק. דער נעגאטיווער טייל פון דער שטודיע איז געווען אז די ארימע זענען יא ווייניגער פרייליך ווי די מיטל פארדינער אבער אויך נישט מיט גרויסע פראצענטן. דער אמת איז אבער אז דער מענטש באטראכט זיך ארעם נאר ווען ער שטעלט צו וואס ער פארדינט צו יענעמס פארדינסט. אבער אויב ער זאל זיך באטראכטן אלס דע ...

קלימאקס (געשעניש)

קלימאקס פון א געשעהעניש מיינט אז דער שמחה גרייכט דער העכסטער שטאפל פון ערווארטונג. צום ביישפיל: ווען די רעבע קומט אריין ענדליך צו טיש פון פורים בשעת די חסידים ווארטן שוין שעהן מיט ספיקות צו ער וועט זיך באווייזן. אין די ענגלישע ליטעראטור ווערט עס גענוצט צו באצייכענען א הויפט ווענדונג פונקט אין א געשיכטע, ווי א דראמא.

שאנדע

שאנדע איז די געוויסן וואס פלאגט דעם מענטש, איבער זיין באוויסטזיין אדער אנערקענונג פון נישט האבן קיין כבוד - אז אנדערע מענשטן קוקען אויף אים אראפ און נעגעטיוו צוליב עפעס א אקט אדער זאך. שאנדע ווערט באטראכט אלס דער צוזאמהאלטונג פון געזעלשאפט, ווייל אז מען וויל נישט זיך וויי טאן פון די ווייטאג ווא לאזט נישט זיך שטעכן, וואס האלט צוריק יענעםס ווייטאג פון אן אנדערן וואס שפירט דאך דאס נישט. נאר די בושה איז די ווייטאג נישט צו רורען יענעם. טאבוס אדער עבירות בין אדם למקום טוט מען אויך נישט צוליב דעם, ווייל אפילו עס גלוסט זייער שטארק האלט מען זיך איין וויבאלד מען שעמט זיך פון אנדערע. טערעפאיסטן וואס ...

                                     

אומעט

אומעט אדער עצבות אדער נידערגעשלאגנקייט איז א נעגאטיווער געפֿיל וואס כאטשיג דער מענטש האט נישט געכאפט קיין פֿיזישע שלעק פֿילט ער זיך אנידערגעשלאגן, וואס די נערווען זענען אים צעבראכן, און ער שפירט זיך אראפגעלאזט און קליין ביי זיך. דאס איז אביסל א בעסערע מצב פון מרה שחורה.

                                     

דעפרעסיע

דעפרעסיע אדער ווי אין לשון קודש מרה שחורה איז א געפיל וואס איז נישט קיין גייסטישע קרענק, אבער א שלעכטער מידה, און דאס קען חלילה פירן צו קרענק אין עבירות.

                                     

ענטוזיאזם

ענטוזיאזם איז א אויפגעהייטערטער גיסטע כלפי א נייע פרישער קאנצעפט. עס איז ענדליך צו אינספיראציע אבער איז דער נפעל און תולדה נאך אינספיראציע ווערט מען אינספירירט וואס דאס איז ענטוזיאזם.

                                     

צארן

צארן אדער אויפרעגעניש אויך רופט מען דאס אויך אז איינער איז בייז. מיינט אז מען באטראפן מיט נעגעטיווער געפיל צוליב אן אויסערליכער געשעניש. מען קען ווערן אגרעסיוו און נידערגעשאלגן. כעס ברענגט די הארץ זאל קלאפן שנעלער וואו נארמאל. עס קען מאכן א רויטן קאליר אויפן פנים. ווען מען שפירט א כעס, איז שווער זיך צו פארטוהן אין א צווייטע זאך.

                                     

שולד

שולד איז די געפיל ווען איינער פילט אז ער האט געטאן עפעס שלעכט, עס איז פיינפול אבער סווערט אלע געלטער, ווייל מען טוישט זיך דראמאטיש דערנאך צום גוטן, אין אמעריקע ווערט דאס אויך גענוצט אלס א טערמין פארן טרעפן איינעם שולדיג לעגאל אין געריכט, און דאס איז נישט פארבינדן מיט א געפיל. זי איז פארבינדן מיטן באגריף פון חרטה. אין פסיכאלאגיע איז שולד א מצב ווען מהאט געטון א זאך וואס מהאט נישט געדארפט טון, אדער פארקערט מהאט נישט געטון וואס מהאט געדארפט.