ⓘ יהודה אבנר איז געווען א ישראלישער דיפלאמאט, וואס האט געדינט ווי אמבאסאדאר פון ישראל אין בריטאניע, אירלאנד און אויסטראליע. ..

                                     

ⓘ יהודה אבנר

יהודה אבנר איז געווען א ישראלישער דיפלאמאט, וואס האט געדינט ווי אמבאסאדאר פון ישראל אין בריטאניע, אירלאנד און אויסטראליע.

                                     

1. ביאגראפיע

אבנר איז געבוירן געווארן יהודה האַפֿנער אין מאנטשעסטער, ענגלאנד. ער איז געווען טעטיג אין דער בני עקיבא יוגנט באוועגונג. אין 1947, ווען ער האט געענדיגט די שולע, האט ער אימיגרירט אין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין ירושלים.

אין 1954 האט ער חתונה געהאט מיט מימי ציילינגאלד, די טאכטער פון משה ציילינגאלד, א ווארשעווער מוכר ספרים וואס האט זיך באזעצט אין דעם איסט ענד פון לאנדאן.