ⓘ אפגעפארענער ..

עקיבא וויינגארטען

ראביי עקיבא וויינגארטן איז דער ראביי פון צוויי קהילות, אין דרעזדן, דייטשלאנד, און "מגוון" אין באזעל, שווייץ. ער האט געגרינדעט די קהילת היכל בעש"ט געמיינדע אין בני ברק, און ישיבת בעש"ט דרעזדן א ישיבה פאר יונגע בחורים און מיידלעך וועלכע זיינען אפגעפארן פון דעם ארטאדרקסישן שטייגער.

שפרה לעווין

שפרה לעווין-לאָווען איז אַ יידישע קאָמפאָזיטאָרין און שרייבערין וועלכע וואוינט הײַנט צו טאָגס אין מאָנטרעאַל, קאַנאַדע. איהרע לידער זענען ערשינען אין די פאָפולערסטע חסידישע אלבאָמען און איהרע אַרטיקלען אין די פרומסטע מאַגאַזינען ווי: מעלות און באַלײַכטונגען. הײַנט שרײַבט זי פאַרן פאָרווערטס.

עבי שטיין

אביגיל ״עבי״ חוה שטיין שטיין") איז אן אמעריקאנער טראנסזשענדער אקטיוויסט, שרייבער, רעדנער, און אפגעפארענער געוועזענער חסיד.

שטריימל (בלאג)

שטריימל איז א בלאגער אויף זיין בלאג א חסיד און א הערעטיק A Hasid and a Heretic לויט ווי ער שרייבט, איז ער געבוירן אין אייראפע אין יאר 1974, און אויפגעוואקסן אין מיטל מזרח, און דארט געלעהרנט אין דער באקאנטער מירער ישיבה, און וואוינט היינט אין וויליאמסבורג מיט זיין ווייב און זעקס קינדער. ווי דער נאמען זאגט איז ער אן אפיקורס אבער ער וואוינט נאכאלס צווישן די פרומע אידן, און דאס צווינגט אים זיך אויסצוגעבן אויפן אינטערנעט, צו פארגרינגערען זיין צוויי פאכיג לעבן ווי א טאטע מיט א שטוב פון פרומע קינדער, אבער ווי ער שרייבט שלאגט ער זיך מיט די טעגליכע נסיונות וואס ער דארף זיך באהאלטן. זיין קראפט פון פ ...

                                     

שי הורביץ

שי הורוויץ איז אן ארץ ישראלדיגער איד וואס איז קודם געווען א חוזר בשאלה און דערנאך א בעל תשובה. ער האט געגרינדעט הלל חזרה בשאלה, און דערנאך ווען ער איז צוריק געווארן פרום די חרדישע פראפאגאנדע פירמע מנוף. ער איז דער מנהל פון א רעקלאמע פירמע חברת פרסום נטו, וואס ער האט אויפגעשטעלט ארום יאר 1999.