ⓘ פליירייל. פּליירייל איז א מאַרקע פון שפילכל באנען פון פלאסטיק וואס ווערט פאבריצירט דורך די יאפאנישע פירמע טאָקאַראַ טאָמי און איז ערשט פראדוצירט געווארן אין 195 ..

                                     

ⓘ פליירייל

פּליירייל איז א מאַרקע פון שפילכל באנען פון פלאסטיק וואס ווערט פאבריצירט דורך די יאפאנישע פירמע טאָקאַראַ טאָמי און איז ערשט פראדוצירט געווארן אין 1959. די מאַרקע איז באקאנט געווען אין א סך אנדערע לענדער אלס טאָמיקאַ וועלט.

                                     

1. פאקונגען

די באנען האבן א לאקאמאטיוו, א באן און א לעצטער טייל, און פארן אויף ליניעס געמאכט פון געוויינטלעך בלויער פלאסטיק.

מען קען נישט נוצן פּליירייל מאדעלן צוזאמען מיט אנדערע מאדעל באנען. זיי זענען אבער דער זעלבער ברייט ווי האָלצענע שפילכל באנען, און דערום קענען פארן אויף זייערע ליניעס.

                                     

2. היסטאריע

זינט אקטאבער 1961, אלע באנען שליסן איין אן עלעקטרישער מאטאר וואס פארט אויף א באטעריע.

אין מערץ 1992 איז א ליניע באזירט אויף דעם טעלעוויזיע סעריע "טאמעס דער טאנק לאקאמאטיוו און פריינט" פאבריצירט געווארן צום ערשטן מאל.