ⓘ יידישער לוח ..

יידישער לוח

דער אידישער לוח איז א יערליכער קאלענדאר וואס האט אין זיך די טעג, חדשים און יאר, ווי אויך די פרשת השבוע און יומ־טובים. עס קען אויך האבן אין זיך יארצייטן, דף היומי, חק, און אנדערע טעגליכע באזירטע שיעורים. עס זענען געווען צוויי פארמען פון דעם אידישן לוח, דער ערשטער ווען דער בית המקדש איז געשטאנען און עס איז נאך געווען די סנהדרין און ירושלים דאן האט מען געמאכט די חדשים לויט ווען מען האט געזען די נייע לבנה. שפעטער ווען די סנהדרין איז בטל געווארן האט מען אנגעהויבן מאכן דעם לוח לויט דער רעכענונג פון דער דורכשניטליכער צייט פון איין נייער לבנה צו דער אנדערער. דער היינטיקער לוח איז דער וואס מען "רעכ ...

בחג יאר

א בחג יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בחג הייבט אן מאנטיג, איז "חסר" דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט דינסטיק. א יאר פון סארט בחג איז א פשוט יאר און איז לאנג 353 טעג, מיט 50 שבתים. א בחג יאר פאסירט אין 5.7% פון אלע יארן‏. לעצטנס האט פאסירט א בחג יאר אין התשנ"ג און התשע"ג, און וועט פאסירן נאכאמאל אין התשע"ז.

בחה יאר

א בחה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בחה הייבט אן מאנטיג, איז "חסר" דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 29 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק. א יאר פון סארט בחה איז אן עיבור יאר און איז לאנג 383 טעג, מיט 54 שבתים. דאס יאר פאר א בחה יאר איז אלעמאל א הכז יאר. א בחה יאר פאסירט אין 5.8% פון אלע יארן‏. לעצטנס האט פאסירט א בחה יאר אין התשמ"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין התש"ץ.

בשה יאר

א בשה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בשה הייבט אן מאנטיג, איז "שלם" דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק. א יאר פון סארט בשה איז א פשוט יאר און איז לאנג 355 טעג, מיט 50 שבתים. א בשה יאר פאסירט בערך אין 11.8% פון אלע יארן‏. לעצטנס האט פאסירט א בשה יאר אין התשנ"ו און התשנ"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין התש"ף און התשפ"ג.

בשז יאר

א בשז יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט בשז הייבט אן מאנטיג, איז "שלם" דאס הייסט סיי חשוון סיי כסלו האבן 30 טעג, און פסח געפאלט שבת. א יאר פון סארט בשז איז אן עיבור יאר און איז לאנג 385 טעג, מיט 55 שבתים. דאס יאר פאר א בשז יאר איז שטענדיג א הכז יאר. א בשז יאר פאסירט אין 4.7% פון אלע יארן, ווען דער מולד פון תשרי געפאלט צווישן יום א שעה 20 מיט 491 חלקים אומגעפער 14:27:17 אויפן ירושלים לאקאלן זייגער‏ און יום ב שעה 18 12:00 מיטאג.‏ לעצטנס האט פאסירט א בשז יאר אין התשנ"ב, און וועט פאסירן נאכאמאל אין התשע"ו און התשע"ט.

גכה יאר

א גכה יאָר איז איינע פון די פערצן סארטן יארן אינעם יידישן קאלענדאר. א יאר פון סארט גכה הייבט אן דינסטיק, איז "כסדרן" דאס הייסט אז חשוון האט 29 טעג און כסלו האט 30 טעג, און פסח געפאלט דאנערשטיק. א יאר פון סארט גכה איז א פשוט יאר און איז לאנג 354 טעג, מיט 50 שבתים. א גכה יאר פאסירט בערך אין 6.25% פון אלע יארן.‏ לעצטנס האט פאסירט א גכה יאר אין התשס"ו און התשס"ט, און וועט פאסירן נאכאמאל אין התשפ"ו.