ⓘ אלקאלי ערד מעטאל. אַלקאַלי ערד מעטאַלן זענען די כעמישע עלעמענטן אין גרופע 2 פון דער פעריאדישער טאבעלע. זיי זענען גלאנציק מיט א ווייס־זילבערנעם קאליר. זיי האבן צ ..

                                     

ⓘ אלקאלי ערד מעטאל

אַלקאַלי ערד מעטאַלן זענען די כעמישע עלעמענטן אין גרופע 2 פון דער פעריאדישער טאבעלע. זיי זענען גלאנציק מיט א ווייס־זילבערנעם קאליר.

זיי האבן צוויי עלעקטראנען אין דער דרויסנדיקער שאָל, און קענען אוועקגעבן די צוויי עלעקטראנען גאנץ גרינג אין א רעאקציע, וואס גיט זיי א לאדונג פון 2+. זיי רעאגירן נישט אזוי שטארק ווי די אלקאלי מעטאלן. די עלעמענטן געפינען זיך אלע נאטירלעך.

די אלקאלי־ערד מעטאלן זענען:

  • מאגנעזיום Mg
  • סטראנטיום Sr
  • בעריליום Be
  • ראדיום Ra
  • באריום Ba
  • קאלציום Ca