ⓘ באוועגונג. באַוועגונג איז א צענטראלער באגריף אין פיזיק, וואס באדייט אן ענדערונג אין דער לאקאציע פון א קערפער אין גאנג פון צייט אין פארהעלטעניש מיט זיין סביבה, א ..

טויבער

דאָס װאָרט קען זיך װײַטער צעטײלן צו עטלעכע באַדײַטן: א טויבער מענטש רבי אבא חייא טויבער, מחנך און מגיד שיעור אין ישיבת שערי אפרים, מאנסי רבי עזריאל טויבער, גרינדער פון דער שלהבת באוועגונג, וואס איז עוסק אין קירוב רבי יחיאל טויבער, ראש הכולל מכון להוראה אין מאנסי

                                     

ⓘ באוועגונג

באַוועגונג איז א צענטראלער באגריף אין פיזיק, וואס באדייט אן ענדערונג אין דער לאקאציע פון א קערפער אין גאנג פון צייט אין פארהעלטעניש מיט זיין סביבה, אזוי ווי אן אבסערוואטאר אין א געוויסער באצוג-סיסטעם מעסט די לאקאציע.

                                     

1. וואס איז באוועגונג

שוין אין דער צייט פון די אוראלטע ן גריכן האט מען געקלערט וועגן באוועגונג, אזוי ווי מען זעט ביי זענאנס פאראדאקסן, אין דעם 5טן יארהונדערט פאר דער ציווילער רעכענונג.

א פארמאלע באזירונג פארן באגריף פון באוועגונג איז ערשט געקומען ביים סוף פונעם 17טן יארהונדערט, דורך ניוטאנס באוועגונג-געזעצן. די געזעצן זענען געווען די פונדאציע פון קלאסישער מעכאניק ביזן סוף פונעם 19טן יארהונדערט. די רעכענונגען לויט ניוטאנס געזעצן זענען געווען גאנץ גענוי, ביז די צייט איז געקומען ווען פיזיקער האבן אנגעהויבן פירן הויכגיך־עקספערימענטן.

ביי די הויכע גיכן זעט מען אז די געזעצן פון ניוטאן הערן אויף געבן גענויע רעזולטאטן. דאס איז געווען א שווערער פראבלעם ביז אלבערט איינשטיין האט פארגעשטעלט זיין טעאריע פון רעלאטיוויטעט.