ⓘ תורה ..

פרשת בראשית

פרשת בראשית איז די ערשטע סדרה פון דער תורה. אין דער סדרה לערנט מען איבער וויאזוי דער אויבערשטער האט באשאפן די וועלט, אין לויף פון זעקס טעג אין דער וואך, און ער האט גערוט דעם זיבעטן טאג, שבת קודש. פרייטאג – האט דער אויבערשטער באשאפן די ערשטע מענטשן; אדם און זיין ווייב חוה. דאנערשטאג - האט דער אויבערשטער באשאפן די וואסער-באשעפענישן און פליענדע באשעפענישן מיטוואך – האט דער אויבערשטער באשאפן די זון און לבנה. שבת – דער זיבעטער טאג, נאכן פארענדיגן די ארבעט האט דער אויבערשטער גערוט. דינסטאג - האט דער אויבערשטער באשאפן די יבשה, די ערד און פלאנצונגען. זונטאג – האט דער אויבערשטער באשאפן די הימל און ...

דין וחשבון

דין וחשבון איז א רעליגיע אדער מער אידישער באגריף וואס זיי גלייבן אז נאכן שטארבן וועט מען געשטעלן ווערן פאר א בית דין של מעלה, אפצוגעבן א באריכט פון אלע עבירות און מצוות וואס מען האט געטאן במשך פון די מאה ועשרים שנה פון לעבן דאהי. און באקומען דערויף שכר ועונש.

חומש

מיט נאָמען חומש רופֿן מיר אָן די 5 ספֿרים פֿון דער תּוֹרה: בּרֵאשׁית, שׁמוֹת, ויִקרָא, בּמדבּר, דבָֿרים, װעלכע זענען געשריבן געװאָרן דורך משה רבנו. אין די ספֿרי הנבֿיאים און כּתובֿים געפֿינען מיר דעם אױסדרוק "תּוֹרה משה" און "ספֿר משה" יהושע ח’ און דבֿרי הימים ב’ כ”ה; אין דער גמרא מסכת מגילה ט”ו און אַנדערע ערטער װערן זײ אָנגערופן "חמשה חומשי תורה" ; אין גיטין ס’ הײסן זײ "חומשים". עס װערט געמאַכט אַן אונטערשײד אין דעם נאָמען: אױב זײ זענען געשריבן אױף פאַרמעט אַלץ ספֿר תורה הײסן זײ תורה, און אױב אײַנפֿאַך, נישט לױט די דינים פֿון שרײַבן אַ ספֿר תורה, הײסן זײ חומשים. אין גטין ס’ קלערט די גמרא ...

ייבום

ייבום איז א מצוה אין דער תורה, אז א ברודער דארף מיַבם זיין שוועגערין, אין א פאל ווען ער שטארבט אן צו לאזן איבער זרע של קיימא. די תורה זאגט אז דער צוועק פון דער מצוה בכך איז פארן ברודער להקים שם לאחיו שטעלן א נאמען פאר זיין טויטן ברודער דורך האבן קינדער פון זיין ווייב; טייל מפרשים זאגן אז די הקמת שם איז אז מען גיט א נאמען דאס קינד נאכן טויטן פעטער, אנדערע האלטן אז מען רופט דאס קינד בן פלוני (דעם געשטארבענעם ברודער און נישט דער זון פון זיין טאטן.‏ אין א פאל ווען אלע ברודער זאגן אפ פון ייבום דארף מען מאכן א חליצה צערעמאניע ווען די פרוי שפייט פאר אים.‏

מן

מן איז א סארט עסן וואס איז געפאלן אין מדבר פאר די אידן ווען זיי האבן דארטן געוואנדערט אין משך פון פערציג יאר. געגעסן די 40 יאר זייענדיג אין מדבר אויפן וועג פון מצרים קיין ארץ ישראל, די מן האט געהאט אלע טעמים, חוץ געציילטע וואס זענען שעדליך פאר מאנכע מענטשען, די טעם פון די מן האט זיך געטוישט לויט די טראכטונגען פונעם מענטש וואס עסט דאס, עס איז דא א חקירה אין די אחרונים אויב איינער האט געטראכט פון א איסורדיגע טעם צו עס האט זיך אויך געטוישט דערצו, און צו מען האט עס געמעגט טוהן, סאיז דא וואס זאגן אז מען האט געמאכט קידוש אויפן מן שבת וויילענדיג אין מדבר.

סדום

סדום מיט נאך פיר שטעט, עמורה, אדמה, צבויים און צוער זענען פינף היסטארישע שטעט וואס ווערט געברענגט איבער זײ פארשידענע געשיכטעס אין די תורה. דער שטאט סדום איז לויט די היסטאריע פון די תורה געווען א שטאט ווי די איינוואוינער זענען געווען שלעכט, אומפארגינעריש און אומרעכטפארטיג איינעם צום אנדערן, לויט חז"ל האט מען דארט באשטראפט איינער וואס האט געטאן א געפעליקייט פאר א צווייטן. ביזן היינטיגן טאג, טוט דער ווארט סדום סימבאליזירן אן אקט אדער איינפירעכטס פון אומיושר אדער אומציווילירט. ווי עס ווערט אנגערפן "חוקי סדום" און אויף ענגליש רופט זיך עס "sodomy". אויך די משנה און מסכת אבות כאראקטיזירט אן אומפא ...

                                     

עיִן תחת עיִן

עיִן תחת עיִן אדער מידה כנגד מידה איז אַ באַגריף פֿון דער תּורה און אין ייִדישע טעאָלאָגיִע, װאָס באַדײַט אַז אַלץ האָט זײַן שטראָף און פֿאַרגעלטונג אַנדערשט װי אין קריסטנטום.