ⓘ אהרן מרדכי רוקח. הרב אהרן מרדכי רוקח איז געבוירן געווארן חשון תשלצו זיין פאטער, דער בעלזער רב, און זיין מוטער, די רעביצין מרת שרה רוקח, א טאכטער פונעם וויזשניצע ..

                                     

ⓘ אהרן מרדכי רוקח

הרב אהרן מרדכי רוקח איז געבוירן געווארן חשון תשל"צו זיין פאטער, דער בעלזער רב, און זיין מוטער, די רעביצין מרת שרה רוקח, א טאכטער פונעם וויזשניצער רבין און פון מרת לאה אסתר האגער ער איז געבוירן געווארן איבער צען יאר נאך דער חתונה פון זיינע עלטערן. מהאט אים א נאמען געגעבן נאכן פריערדיגן בעלזער רב, רבי אהרן רוקח, און נאך זיין זיידן, הרב מרדכי רוקח, בילגורייער רב. אלס קינד פלעגט ער לערנען אין בעלזער חיידר אין דער געגנט פון זכרון משה אין ירושלים.

אלול תשמ"ח לויטן באפעל פון זיין טאטע דער בעלזער רב, האט ער אויפגעהערט צו לערנען אין בעלזער מוסדות און אנשטאט דעם האט ער געלערנט מיט פריוואטע מלמדים וואס זיין טאטע האט גענומען פאר איהם איינער פון זיי איז רבי פנחס פריעדמאן, מחבר ספר פרי הדר און משוש דודים וואס פלעגט לערנען חברותא צוזאמען אינאיינעם מיטן בעלזער רב אליין ביז עס איז געקומען די צייט פון זיין חתונה.

תשנ"ב איז ער געווארן א חתן, מיט מרת שרה לאה לעמבערגער, טאכטער פון רבי שמעון מאקאווער. די חתונה איז געווען ט"ו באב התשנ"ג אין א ריזיגן שאטער אין באטייליגונג פון טויזנטער חסידים, און ביז היינטיגן טאג הייסט די חתונה איינע פון די גרעסטע אין דער גאנצער חסידישער וועלט.

אזוי ווי דער בעלזער רב פארט נישט כמעט ארויס פון ארץ ישראל די לעצטע צוואנציג יאר, שיקט ער זיין זון אלס שליח צו פארשידענע פלעצער וואו עס געפונען זיך בעלזער קהילות כדי זיי צו מחזק זיין און צו פראווען מיט זיי שבתים.

אין תש"ע האט זיין פאטער אים ממנה געווען צו זיין דער מסדר קידושין פון די בעלזער חסידים.

                                     

1. קינדער

רבי אהרן מרדכי און זיין ווייב מרת שרה לאה האבן 13 קינדער:

  • הענא חיה דבורה
  • שלמה נפתלי אלחנן ‏
  • הרב אברהם שמואל צבי, געהייראט שפרה לאה טאכטער פון רבי מאיר דוב רעכניצער, דער בעלזער ראש ישיבה און דיין אין שטאט חיפה.
  • אלעזר יחזקאל שרגא‏
  • אשר ישעיה יהודה ‏
  • הרב חיים מאיר‏, האט געהייראט מרת שבע רבקה, טאכטער פון הרב שלום מאסקאוויטש, זון פון רבי נפתלי, מעליצער רבי פון אשדוד, און איידעם פון רבי יצחק יחיאל מיכל פאנעט, דעעשער רבי פון בני ברק.
  • משה יהושע ‏
  • הרב שלום און איידעם פון רבי זאב גרינפעלד
  • דוד ‏, איז געווארן א חתן חשון, התשע"ט מיט מרת בריינא פריידא, טאכטער פון הרב ברוך זאב וואלף פעדער, דער בעלזער דיין אין גבעת זאב.
  • מרת נחמה גאלדא, די ווייב פון שלום אריה, זון פון רבי אהרן צוויבל, איינער פון די בעלזער רבנים אין ירושלים.
  • הרב אלימלך נתן נטע, האט געהייראט מרת בלומא, טאכטער פון הרב אברהם יעקב שארף, א מגיד שיעור אין בעלזער ישיבה קטנה אין קרית יערים טעלזסטאן.
  • ישראל מנחם נחום‏