ⓘ לארא קראפט. לאַראַ קראָפֿט איז א פיקטיווע כאראקטער און די פּראטאַגאניסטין פון די ווידעא שפיל סעריע טומב ריידער, און אויך צוויי פילמען באזירט אויף די שפילן. ..

                                     

ⓘ לארא קראפט

לאַראַ קראָפֿט איז א פיקטיווע כאראקטער און די פּראטאַגאניסטין פון די ווידעא שפיל סעריע "טומב ריידער", און אויך צוויי פילמען באזירט אויף די שפילן.

                                     

1. פיקטיווע ביאגראפיעס

דריי פארשידענע ביאגראפיעס זענען געשריבן געווארן פאר לאַראַ. די ערשטע ביאגראפיע איז געשריבן געווארן מיטן באפרייונג פונעם ערשטן שפיל 1996, און לויט איר איז לאַראַ געווען 50 יאר אלט אין סעפטעמבער 2018. די צווייטע ביאגראפיע איז געשריבן געווארן צו אַדאַפטירן לאַראַ צו נייע שפילן אין די סעריע און דערום מאכן איר יינגערער. די דריטע ביאגראפיע איז געשריבן געווארן צו געבן די כאראקטער א נייע זייט און מאכן איר יינגערער פאר נייע שפילן נאכאמאל.

                                     

1.1. פיקטיווע ביאגראפיעס צווייטע ביאגראפיע

לויט די דאזיקע איז לאַראַ געבוירן געווארן אין די 1970ער.

                                     

1.2. פיקטיווע ביאגראפיעס דריטע ביאגראפיע

לאַראַ קראָפֿט איז געבוירן געווארן דעם 14טן פעברואר 1992 אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך צו דער לארד ריטשארד קראָפֿט און עמיליע קראָפֿט. אירע עלטערן זענען געוויינטלעך נישט געווען מיט איר. נאך איר מוטערס טויט איז לאַראַס פֿאָטער געווארן אבסעסיוו מיט לעגענדעס, און נאך זיין טויט איז לאַראַ פאריתומט געווארן. זי האט געבליבן אונטער די באשיצונג פון קאָנראַד ראָט, א פריינד פון איר פֿאָטער וואס האט אדאָפטירט זי. צוליב ראָטס ארבעט איז לאַראַ געווען אליין אדורך רוב איר קינדהייט. אלס א יונגפרוי האט זי געלערנט ביים לאנדאנער אוניווערסיטעט קאלעדזש. נאך איר גראדואציע האט זי געבונדן מיט סאַמאַנטע נישימוראַ און געווארן איר בעסטע פריינדין. לאַראַס ערשטע אוואנטורע איז געווען די דערגיי פון די פארלוירענע קעניגרייך פון יאַמאַטיי.

                                     

2. אין קולטור

אין אפריל 2006 איז לאַראַ קראָפֿט באשטימט געווארן אלס די "מערסט דערקענטע ווידעא שפיל העלדין פון אלע צייטן" אין דאס גינעס וועלט רעקארדן בוך.

אין די ערשטע צוויי פילם אַדאַפטאַציעס איז לאַראַ געשפילט געווען דורך די בארימטע אקטריסע אנדזשעלינא דזשאלי, וואס האט געמאכט די כאראטקער פאפולער אין אנדערע וועגן.