ⓘ פארפרוירן, 2013 פילם. פֿאַרפֿרוירן איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע-קאמעדיע מוזיקפילם פון 2013. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאצ ..

                                     

ⓘ פארפרוירן (2013 פילם)

פֿאַרפֿרוירן איז אן אמעריקאנישער קאמפיוטער-אנימירטער פאנטאזיע-קאמעדיע מוזיקפילם פון 2013. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. דער פילם איז אינספירירט געווען פון האנס קריסטיאן אנדערסענס מעשה "די שניי-מלכה".

די געשיכטע איז וועגן א פּרינצעסין מיטן נאמען אַנאַ און איר שוועסטער עלזאַ, וואס ווערט די קעניגין פונעם אַרענדעל קעניגרייך. עס איז אויך דא א קאָמישער לעבעדיקער שניימענטש מיטן נאמען אָלאַף. אין דער פילם זינגט עלזאַ א ליד מיטן נאמען "לאז ארויס" Let It Go, וואס איז שנעל געווארן זייער פאפולער. "פֿאַרפֿרוירן" איז באפרייט געווארן דעם 27סטן נאוועמבער 2013, מיט די שטימעס פון קריסטען בעל און אידינא מענזל.

"פֿאַרפֿרוירן" האט באקומען זייער גוטע באריכטן פון פילם קריטיקער. ער איז נאמינירט געווארן פאר דעם גאלדען גלאב פריז פארן בעסטער אנימירטער פילם אין פולער לענג.

                                     

1. געשיכטע

אַנאַ און עלזאַ זענען צוויי שוועסטער-פּרינצעסין וואס וואוינען אין אַרענדעל. עלזאַ, וואס איז איצט די קעניגין פֿון אַרענדעל, פארמאגט די טאלאנט צו שאפן און ארבעטן מיט שניי און אייז, אבער זי פֿאַרלירט די קאנטראל איבער אירע כוחות און שטעלט די מענטשן פֿון אַרענדעל אין געפֿאַר. עלזאַ לויפֿט אוועק און בויט זיך אן אייז-פּאַלאַץ. דערווייַל גייט אַנאַ דורך די שניי און אייז צו ברענגען עלזאַ צוריק און פֿאַרריכטן וואס זי האט געטאן. אויף איר וועג טרעפט אַנאַ מיט קריסטאָף, א פֿרייַנדלעכער אייז-פֿאַרקויפֿער, און אָלאַף, א קאָמישער שניימענטש געשאפן דורך עלזאַ, וואס וויל זען דער זומער.

א פּרינץ מיטן נאמען האַנס וויל הייראַטן מיט אַנאַ אבער זאָגט איר אז ער וויל הייראַטן מיט זי נאר צו מאָרדן עלזאַ און באקומען איר קעניגלעכער סטאַטוס. ווען האַנס הייבט זיין שווערד איבער עלזאַ, אַנאַ פֿאַרהאַלט אים און ווערט פֿאַרפֿרוירן צוליב די קעלט. עלזאַ וויינט פון ליבע איבער אַנאַ, וואס טייעט זי און ברענגט איר לעבן צוריק. אָלאַף זעט אז אן אַקט פֿון אמתע ליבע איז וואס קען שמעלצן א פֿאַרפֿרוירענעם האַרץ. מיטן כוח פֿון ליבע, עלימינירט עלזאַ דער אייז-כישוף איבער אַרענדעל, און אָט קען אָלאַף זען דער זומער, מיט א שניי-כמאַרעלע וואס פֿאַרמיידט אים פֿון צעגיין זיך אינעם היץ.

                                     

2. שטימע אקטיארן

  • דזשאָנאַטאַן גראָף אַלס קריסטאָף
  • קריסטען בעל אַלס פּרינצעסין אַנאַ
  • סאַנטינאָ פֿאָנטאַנאַ אַלס פּרינץ האַנס
  • דזשאָש גד אַלס אָלאַף דער שניימענטש
  • עוואַ בעלאַ אַלס יונגן עלזאַ
  • אידינאַ מענזל אַלס קעניגין עלזאַ
  • אַלאַן טודיק אַלס הערצאָג פֿון וועסלטאָן
                                     

3. לידער

  • "לאָז אַרויס" ענד-קרעדיטן ווערסיע, געזונגען דורך דעמי לאָוואַטאָ
  • "לאָז אַרויס"
  • "פֿיקסער אַפּער"
  • "אין זומער"
  • "צום ערשטן מאָל אין שטענדיק"
  • "צי ווילסטו בויען אַ שניימענטש?"
  • "ליבע איז אַן אָפֿענע טיר"
  • "רעניפֿערן זענען בעסער ווי מענטשן"
  • "צום ערשטן מאָל אין שטענדיק" צווייטע ווערסיע
  • "פֿאַרפֿרוירענעם האַרץ"
                                     

4. המשך פילמען

"פארפרוירענער פיבער" 2015

"פֿאַרפֿרוירענער פֿיבער" Frozen Fever איז א קורצע פילם וואס קאנטינוירט די געשעענישן פֿון "פֿאַרפֿרוירן". ער איז באפרייט געווארן צוזאמען מיט די נייע ווערסיע פֿון "סינדערעלאַ" דעם 13טן מערץ 2015. אין די געשיכטע ליידט עלזאַ פֿון א פֿאַרקילונג, און זי שטרענגט זיך פּרובירן מאכן א סורפּריז פֿאַר אַנאַס געבורטסטאג. "פֿאַרפֿרוירנער פֿיבער" דויערט בערך אכט מינוט און האט איין נייער ליד וואס עלזאַ זינגט.