ⓘ עלזא, פארפרוירן. עלזאַ איז א כאראקטער אין דער דיזני אנימירטער פילם פֿאַרפֿרוירן פון 2013. אין דער פילם איז עלזאַ די קעניגין פון דאס פיקטיוו אַרענדעל קעניגרייך, ..

                                     

ⓘ עלזא (פארפרוירן)

עלזאַ איז א כאראקטער אין דער דיזני אנימירטער פילם "פֿאַרפֿרוירן" פון 2013. אין דער פילם איז עלזאַ די קעניגין פון דאס פיקטיוו אַרענדעל קעניגרייך, און איר שטימע ווערט געשפילט דורך דער זינגערין און אקטריסע אידינאַ מענזל. עלזאַ האט א יינגערע שוועסטער מיטן נאמען אַנאַ. עלזאַ איז געבוירן געווארן מיט מאגישע טאלאנטן צו שאפן שניי און אייז און ארבעטן מיט זיי, און זי פרירט כמעט אלץ וואס זי רירט. ווען זי קען נישט קאנטראלירן אירע כוחות, באהאלט זי זיך פון אלעמען.

                                     

1. אויסטריטן

עלזאַ איז באזירט געווארן אויף די הויפט כאראקטער פון דער מעשה "די שניי-מלכה". אינעם פילם איז עלזאַ געבוירן געווארן מיט אייז כוחות, און זי באשעדיקט איר שוועסטער אַנאַ, וואס מאכט אירע עלטערן פארמאכן זי אין איר צימער פאר איר גאנצע קינדהייט. עלזאַס עלטערן שטארבן און זי ווערט קעניגין, אבער זי לויפט אוועק צו האבן פרייהייט און אויסמיידן באשעדיקן מענטשן מיט אירע אייז כוחות. ווען עלזאַ פארפרירט דאס קעניגרייך אָן קיין כוונה, לויפט זי צו א ווייטן בארג. אַנאַ גייט אויף א רייזע נאך איר שוועסטער.

                                     

2. אפטראג

עלזאַס ליד "לאז ארויס" Let it Go האט באקומען פילע גוטע באריכטן פון צוקוקער און קריטיקער, און איז איבערגעזעצט געווארן אפילו אויף יידיש נישט ליצענצירט אדער אפיציעל.