ⓘ בית חלקיה איז א חרדיש דארף, געפירט אלס מושב, אין צענטער פון ארץ ישראל, אין די גרעניצן פון דער נחל שורק פארוואלטונג. בית חלקיה געפונט זיך נעבן די מושבים יד בנימי ..

                                     

ⓘ בית חלקיה

בית חלקיה איז א חרדיש דארף, געפירט אלס "מושב", אין צענטער פון ארץ ישראל, אין די גרעניצן פון דער נחל שורק פארוואלטונג.

בית חלקיה געפונט זיך נעבן די מושבים יד בנימין און חפץ חיים הארט אויפן שאסיי נומער דריי.

דאס דארף איז געגרינדעט געווארן אין התשי"ג דורך א גרופע חרדישע אימיגראנטן, דאן האבן זיי זיך בעיקר אפגעגעבן צו באארבעטן די ארומיגע פעלדער און האדעווען בהמות. זינט דאן היט מען דארט שמיטה לויט די אנווייזונגען פונעם חזון איש. היינט וואוינען דארט אומגעפער הונדערט פאמיליעס, רוב פון זיי פארנעמען זיך מער נישט מיט פארם ארבעט נאר פארן טעגליך ארויס צו די ארומיגע שטעט. רוב פון די אמאליגע קלענערע פעלדער זענען פאראייניגט געווארן אויף עטליכע גרויסע אונטערנעמונגען און עס ווערט אנגעפירט דורך עטליכע פון די לאקאלע איינוואוינער.

טייל איינוואוינער פארמאגן אויך שטאלן מיט בהמות, און שטעלן צו פארשידענע אטראקציעס פאר באזוכער.

עס געפונען זיך אין דארף צוויי שולן, צוויי באזונדערע מנינים פאר נוסח אשכנז און נוסח עדות המזרח. אויך זענען דא דארט מוסדות התורה, אריינגערעכנט די ישיבת בעלזא פאר בחורים.

Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →