ⓘ בוסן ..

בוס

א בוס איז א גרויסע אויטא וואס פארט אויף די גאסן און טראקטן און איז געמאכט צו טראגן און פירן פאר טראנספארט מערערע פאסאזשירן און צוגאב צום דעם בוס פירער. דער נאמען קומט משורשו פון לאטייניש omnibus וואס מיינט פאר אלעמען. סזענען דא פארשידנארטיג בוס סיסטעמען. אין א שטאט זענען דא בוסן וואס פארן פון געגנט צו געגנט. אויסער דעם זענען בוס צווישן שטאט בוס ליניעס און אויך צווישן לענדער.

אויטאבוס סטאנציע

אן אויטאבוס סטאנציע איז א באשטימטער ארט וואו בוסן שטעלן זיך אפ כדי פאסאזשירן זאל קענען ארויפשטייגן און אפשטייגן. בוס סטאנציעס וואס זענען גוט באשעפטיקט האבן אפט אפדעכער, זיצן און עלעקטראנישע פאסאזשירן אינפארמאציע סיסטעמען; ביי אנדערע סטאנציעס איז דא נאר א פשוטער סלופ צו ווייזן די לאקאציע.