ⓘ גראפאלאגיע. גראַפֿאַלאָגיע איז דער פאך פון דערגיין און אנטפּלעקן די אייגנשאַפֿטן פון א ספּעציפֿישן פּערזאָן און דערקענען זיין כאַראַקטער, דורכן אַנאַליזירן יענע ..

                                     

ⓘ גראפאלאגיע

גראַפֿאַלאָגיע איז דער פאך פון דערגיין און אנטפּלעקן די אייגנשאַפֿטן פון א ספּעציפֿישן פּערזאָן און דערקענען זיין כאַראַקטער, דורכן אַנאַליזירן יענעמס האנט-שריפֿט.

עס איז פארהאן סקעפטיזם איבער די ריכטיגקייט פן די חכמה און צי עס איז דא ווארהייט דערין. דאך אבער ווערט זי ברייט באנוצט דורך מחנכים, ארבעטס-געבער, שדכנים, פסיכאלאגישע דאקטוירים, און דאס גלייכן.

גראפאלאגיע איז נישט קיין פאך וואס איז געבויט אויף קלארע פאקטן. נאר די עיקר חכמה איז, גרונטליך צו באטראכטן דעם האנט-שריפט, באמערקן אלע איינצלהייטן דערין און צוזאמשטעלן אלע אינפארמאציע, און נאכדעם שטעלן מסקנות באזירט אויף אלע באווייזן צוזאמען. דערפאר, איז אויסער וואס א גראפאלאג דארף קענען אלע גראפאלאגישע באהויפטונגען אויפן שריפט און וויסן וואס איז דער באדייט פון יעדן צייכן, דארף ער קענען האבן א טיפערן און גרונטליכן בליק, צו קענען ארויסציען דעם אינערליכן אייגנארטיקייט פון אלע באווייזן פונעם שריפט און אזוי צוזאמשטעלן דאס גאנצע בילד.

                                     

1. וועב-לינקען

  • אן ארטיקל אין ענגליש וואס ערקלעהרט ווי גראפאלאגיע טוט פארנארן מענטשן
  • גראפאלאגיע אויף קאווע שטיבל
  • גראפאלאגיע: א לערנבוך קורס
Free and no ads
no need to download or install

Pino - logical board game which is based on tactics and strategy. In general this is a remix of chess, checkers and corners. The game develops imagination, concentration, teaches how to solve tasks, plan their own actions and of course to think logically. It does not matter how much pieces you have, the main thing is how they are placement!

online intellectual game →