ⓘ שניי ווייס און די זיבן קארליקעס, 1937 פילם. שניי ווייַס און די זיבן קאַרליקעס איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1937. ער איז פראדוצירט געוואר ..

                                     

ⓘ שניי ווייס און די זיבן קארליקעס (1937 פילם)

שניי ווייַס און די זיבן קאַרליקעס איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם פון 1937. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווארן דורך RKO ראדיא פילמען. ער איז באזירט אויף דער דייטשער מעשה פון די גרים ברידער. ער איז דער ערשטער פולער לענג טראדיציאנעלע אנימאציע פילם און דער ערשטער פולער לענג דיזני אנימירטער פילם. די מעשה איז אדאפטירט געווארן דורך די סטאריבארד קינסטלער דאראטי אן בלאנק, ריטשארד קרידאן, מעריל דע מאריס, אטא אינגלענדער, ערל הערד, דיק ריקארד, טעד סירס און וועב סמיט. דייוויד הענד איז געווען דער סופערווייזונג רעזשיסאר, און וויליאם קאטרעל, ווילפרעד דזשעקסאן, לארי מורי, פערס פירס און בען שארפסטין האבן רעזשיסירן די פארשידענע סצענעס אינעם פילם.

                                     

1. געשיכטע

א שלעכטע מלכּה האט א שפיגל און זי פרעגט "שפיגל, שפיגל אויף דער וואנט, ווער איז די שענסטע פון זיי אלע?" די שפיגל ענטפערט "שניי ווייַס". שניי ווייַס איז פארלוירן אינעם וואלד, און געפינט דער היים פון זיבן קאַרליקעס. זי זויבט זייער היים, און זיי דערלויבן זי בלייבן מיט זיי. די מלכּה געפינט אז דאס הארץ אינעם קעסטל איז פון א חזיר, און זי פארוואנדלט זיך אין אן אלטע מכשפה. דעם ווייטן טאג, זי גייט צו דער היים פון די קאַרליקעס ווען זיי זענען אינדרויסן, און איבערצייגט שניי ווייַס צו בייסן אן עפל, וואס מאכט זי פאלן צו טויט. פלוצעם, די קאַרליקעס יאגן נאך די אלטע מכשפה איבער א פעלד און כאפן זי. זי פרובירט קייקלען א ריזיקער שטיין איבער זיי, אבער בליץ שטרייקט און זי שטארבט. שניי ווייַס ווערט אויפגעוועקט דורכן קוש פון א שיינעם פרינץ.

                                     

2. שטימע אקטיארן

  • האַרי סטאָקוועל אַלס פּרינץ חנעוודיק
  • אַדריאַנע קאַסעלאטי אַלס שניי ווייַס
  • סטיואַרט בוכאַנאַן אַלס האַמבערט דער יעגער
  • מאָראָני אָלסען אַלס די פֿאַרכישופֿטע שפּיגל
  • לוסיל לאַ ווערן אַלס די מלכּה
  • סקאטי מעטראָ אַלס שעמעוודיק
  • בילי גילבערט אַלס פֿאַרקילט
  • רוי אַטוועל אַלס דאָק
  • פּינטאָ קאָלוויג אַלס בייז און שלאָפֿעריק
  • עדי קאָלינס אַלס נאַריש