ⓘ דאמבא, פילם. דאַמבאָ איז אן אנימירטער פילם פֿון 1941 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווען צום ערשטן מאל דעם 23סטן אקטאבער 1 ..

                                     

ⓘ דאמבא (פילם)

דאַמבאָ איז אן אנימירטער פילם פֿון 1941 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווען צום ערשטן מאל דעם 23סטן אקטאבער 1941 דורך RKO ראדיא פילמען. "דאַמבאָ" איז באזירט אויף א קינדער בוך מיטן זעלבן נאמען פֿון העלען אייבערסאָן מיט אילוסטראציעס פֿון האַראָלד פּערל, און איז דער פֿערטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג. דער הויפט כאראקטער איז דזשאַמבאָ דזשוניאָר, א יונגן העלפֿאַנד וואס איז צונעמענישט "דאַמבאָ". ער ווערט געחוזקט פאר זיינע גרויסע אויערן נאר פארמאגט די טאלאנט צו ניצן זיי אלס פליגלען צו פליען.

א לייוו אקציע און קאמפיוטער אנימאציע ווערסיע איז באפרייט געווארן אין 2019, רעזשיסירט דורך טים בערטאן.

                                     

1. שטימע אקטיארן

  • קליף עדוואַרדס אַלס דזשים קראָ
  • סטערלינג האָלאָוויי אַלס מ"ר שטאָרך
  • מאַרגאַרעט רייט אַלס קייסי דזשוניאָר
  • ווערנאַ פֿעלטאָן אַלס פּאַניע דזשאַמבאָ
  • הערמאַן בינג אַלס דער צירקוס-מייסטער
  • עדוואַרד בראָפֿי אַלס טימאָטי קיו. מויז
  • זשאַן וואַנדער פּיל אַלס קעטי
  • דזשאָן מאַקליש אַלס דער דערציילער
  • בי בענאַדערעט אַלס גידי און פֿריסי

די אקטיארן זענען נישט קרעדיטירט געווען אינעם אנהייב פונעם פילם