ⓘ טארזאן, 1999 פילם. טאַרזאַן איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1999 וואס איז באזירט אויף דער ראָמאַן טאַרזאַן פֿון די מאַלפּעס פֿון עדגאַר רײַס באַראָז. דער ..

                                     

ⓘ טארזאן (1999 פילם)

טאַרזאַן איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1999 וואס איז באזירט אויף דער ראָמאַן "טאַרזאַן פֿון די מאַלפּעס" פֿון עדגאַר רײַס באַראָז. דער פילם איז פראדוצירט געווארן דורך די וואָלט דיזני פֿירמע און איז געווען איר ערשטן אנימירטן פילם צו ווינען #1 אין די קאַסעס זינט "פּאָקאַהאָנטאַס". אויך איז ער געווען דער ערשטער מיט א פראדוקציע בודזשעט פון 0 מיליאן זינט "דער הויקער פֿון נאָטרעדאַם".

                                     

1. שטימע אקטיארן

  • טאָני גאָלדווין אַלס טאַרזאַן
  • אַלעקס ד. לינז אַלס יונגן טאַרזאַן
  • גלען קלאָז אַלס קאַלאַ
  • וויין נייט אַלס טאַנטאָר
  • ראָזי אָדאָנעל אַלס טערק
  • לאַנס הענריקסען אַלס קערטשאַק
  • ניידזשל האָטאָרן אַלס פּראָפֿעסאָר אַרכימעדעס קיו. פּאָרטער
  • מיני דרייווער אַלס דזשיין פּאָרטער
  • ברייען בלעסד אַלס קלייטאָן
                                     

2. טעלעוויזיע סעריע

א ספּין-אָף אנימירטע טעלעוויזיע סעריע מיטן נאמען "די לעגענדע פֿון טאַרזאַן" האט געלאָפֿן צווישן 2001 און 2003. די סעריע הייבט אָן פון וואו דער פילם האט אויסגעלאזט. טאַרזאַן פרובירט פּאַסן זיך מיט זיין נייע ראלע אלס דער פֿירער פון די אַפּען נאָך דעם טויט פון קערטשאַק.

                                     

3. פריזן

"טאַרזאַן" האט געוואונען די פאלגנדע פריזן:

  • 2000 גרעמי פריז פאר בעסטער מוזיק זאמלונג אלבאם פאר פילם, טעלעוויזיע אדער אנדערע וויזועלע מעדיע
  • 2000 גאלדענער גלאבוס פריז פאר בעסטער אריגינעלער ליד פאר "דו וועלסט זיין אין מיין הארץ" פון פֿיל קאָלינס
  • 2000 אקאדעמיע פריז פאר בעסטער ליד פאר "דו וועלסט זיין אין מיין הארץ" פון פֿיל קאָלינס