ⓘ 2017. ‏ 2017 איז דאס 17טע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 2017 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן ..

                                     

ⓘ 2017

‏ 2017 איז דאס 17טע יאר אינעם 21סטן יארהונדערט. א געוויינטלעך יאר, וואס איז לאנג 365 טעג. דעם 1טן יאנואר 2017 לויטן גרעגאריאנישן קאלענדאר פֿעדערט דעם 1טן יאנואר לויטן יוליאנישן קאלענדאר מיט 13 טעג.

אלע דאטעס דא זענען לויטן גרעגאריאנישן קאַלענדאַר.

                                     

1. געשעענישן

  • 21סטן אויגוסט - א גאנצע ליקוי חמה זעבאר אין די פאראייניגטע שטאטן. דאס איז געווען די ערשטע ליקוי חמה אין די קאנטינענטאלע פאראייניגטע שטאטן זייט 1979, די פינצטערניש איז געגאנגען אין א ליניע פון ארעגאן ביז דרום קאראליינע.
  • 20סטן יאנואר - פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד טראמפ און וויצע פרעזידענט מייק פענס, דערוויילט אין די 2016 וואלן, איינגעשוואוירן און אריין אין אמט.
  • 5טן יוני – מאנטענעגרא ווערט דאס 29סטער מיטגליד לאנד אין נאט"א.
  • 29סטן מערץ –דאס פאראייניגטע קעניגרייך פאררופט ארטיקל 50 פון דעם אייראפעאישער פארבאנד אפמאך, דער ערשטער שריט צו פארלאזן דעם פארבאנד.
                                     

2. געשטארבן

  • 8טן מערץ – געארג אנדרו אלאה, אונגאריש-אמעריקאנער כעמיקער, געווינער פון נאבעל פריז געב׳ 1927
  • 16טן יוני - העלמוט קאהל, קאנצלער פון דייטשלאנד געב׳ 1930