ⓘ דאס בוך פון דזשאנגל, 1967 פילם. דאָס בוך פֿון דזשאַנגל אדער דאָס דזשונגל בוך איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1967. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט די ..

                                     

ⓘ דאס בוך פון דזשאנגל (1967 פילם)

דאָס בוך פֿון דזשאַנגל אדער דאָס דזשונגל בוך איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1967. ער איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווארן דעם טן אקטאבער 1967. ער איז דער 19סטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג, און איז אינספיריט געווארן פון די געשיכטעס וועגן דעם ווילדער קינד מאגלי אינעם בוך מיטן זעלבן נאמען פון רודיארד קיפלינג. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך וואלפגאנג רייטערמאן און איז געווען דער לעצטער פראדוצירט דורך וואלט דיזני זיך, וואס איז געשטארבן ווען דער פילם איז פראדוצירט געווארן.

                                     

1. שטימע אקטיארן

  • סטערלינג האלאוויי אלס קאַ
  • דזשארדזש סענדערס אלס שערכאַן
  • ווערנא פעלטאן אלס וויניפֿרעד
  • סעבאסטיאן קאבאט אלס באַגיראַ
  • דארלין קאר אלס שאַנטי
  • ברוס רייטערמאן אלס מאגלי
  • לארד טים האדסאן אלס דיזי דער אדלער
  • לואי פרימא אלס קעניג לואי
  • פיל האריס אלס באַלו
  • בען רייט אלס פֿאָטער וואלף
  • קלינט האווארד אלס דזשוניאר
  • דזשאן אבאט אלס אַקעלאַ
  • טשאד סטיוארט אלס פֿלאַפּס דער אדלער
  • דזשיי. פעט אמאלי אלס קאלאנעל האַטי און באַזי דער אדלער