ⓘ שלאפנדיגע שיינהייט, 1959 פילם. שלאָפֿנדיגע שיינהייט איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1959 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרי ..

                                     

ⓘ שלאפנדיגע שיינהייט (1959 פילם)

שלאָפֿנדיגע שיינהייט איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1959 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני פראדוקציעס און באפרייט געווארן דורך בוענא וויסטא. ער איז באזירט אויף דער מעשה מיטן זעלבן נאמען פון שארל פערא פון 1697. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך לעז קלארק, עריק לארסאן און וואלפגאנג רייטערמאן אונטער די באוואכונג פון קלייד דזשעראנימי.

די מוזיק און לידער פונעם פילם זענען אדאפטאציעס פון פעטער איליטש טשייקאווסקיס "שלאפנדיגע שיינהייט" באלעט פון 1890. בוענא וויסטא האט באפרייט דעם פילם אין קינאס דעם 11טן נאוועמבער 1959.