ⓘ אליס אין ווונדערלאנד, 1951 פילם. אַליס אין ווונדערלאַנד איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1951 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני און איז באזירט א ..

                                     

ⓘ אליס אין ווונדערלאנד (1951 פילם)

אַליס אין ווונדערלאַנד איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פילם פון 1951 וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני און איז באזירט אויף דער לואיס קאראל ראמאן "אליסעס אוואנטורעס אין ווונדערלאנד" פון 1865. ער איז דער 13סטער וואלט דיזני אנימירטער פילם אין פולער לענג, און האט די שטימעס פון קאטרין בומאנט אלס אליס און עד ווין אלס דער משוגענער היטלמאכער.

                                     

1. געשיכטע

א יונגע מיידל מיטן נאמען אַליס לאַנגוויילט זיך ווען איר שוועסטער געבט זי א לעקציע אין היסטאריע. צוזאמען מיט איר קאץ דינקע שלייכט זי אוועק און טראכט אויס א וועלט געפילט מיט זינלאָזקייט. אבער, אַליס זעט א מאדנע ווייס קיניגל וואס טראגט א גרויסן גאלדענעם האַנטזײגער און איילט זיך אוועק. מיט נייגעריקייט פאלגט אַליס נאָך דאָס קיניגל אריין אין זיין נאָרע, וואו עס הייבן זיך אן אירע אוואנטורעס אין ווונדערלאנד. נאָך וואס זי ווערט גרעסער און קלענער און טרעפט מיט משונהדיקע לייטן ווי דעם משוגענעם היטלמאכער, דעם מארץ האז, דעם טשעשיר קאָטער און דעם שלייערל ווערט אַליס זייער מיד און וויל גיין אהיים.

                                     

2. שטימע אקטיארן

  • קאַטרין בומאָנט אַלס אַליס
  • דזשיימס מאַקדאָנאַלד אַלס די דרעמלמויז
  • דינק טראַוט אַלס דער הערצער-קעניג
  • דזשערי קאָלאָנאַ אַלס דער מאַרץ האָז
  • ריטשאַרד היידן אַלס דער שלייערל
  • ווערנאַ פֿעלטאָן אַלס די הערצער-קעניגין
  • טערל רייוונסקראָפֿט, ביל לי, מאַקס סמיט און באָב העמלין אַלס די פֿאַרבער-קאָרטן
  • עד ווין אַלס דער משוגענער היטלמאַכער
  • דאָריס לויד אַלס די ראָזע
  • העטהער ענדזשל אַלס אַליסנס שוועסטער
  • דזשיי. פּעט אָמאַלי אַלס טווידלדאַם און טווידלדי, דער וואָלראָס, דער סטאָליער און מוטער אויסטער
  • דאָן באַרקליי אַלס אַנדערע קאָרטן
  • סטערלינג האָלאָוויי אַלס דער טשעשיר קאָטער
  • יאָזעף קירנס אַלס דאָס טירהענטל
  • ביל טאָמפּסאָן אַלס דאָס ווייס קיניגל און דער דאָדאָ
  • לערי גריי אַלס ביילי די יאַשטשעריצע און דער פֿאַרבער-קאָרט
  • קוויני לענאַרד אַלס פֿויגל אין בוים און די שטאָלצע בלום