ⓘ יחיאל דאמב איז געווען א יידישער פיזיקער, וואס איז געווען אנערקענט אינטערנאציאנאל פאר זיין ארבעט וועגן פאזע-איבערגאנגען. ער האט געשריבן ביכער או ארטיקלען וואס קא ..

                                     

ⓘ יחיאל דאמב

יחיאל דאמב איז געווען א יידישער פיזיקער, וואס איז געווען אנערקענט אינטערנאציאנאל פאר זיין ארבעט וועגן פאזע-איבערגאנגען. ער האט געשריבן ביכער או ארטיקלען וואס קאמבינירן יידישקייט מיט וויסנשאפט, און איז געווען איינער פון די גרינדער פונעם פארבאנד פון ארטאדאקסישע יידישע וויסנשאפטלער.

                                     

1. יונגע יארן

דאמב איז געבוירן געווארן חנוכה תרכ״א אינעם איסט ענד פון לאנדאן. זיינע עלטערן זענען ביידע געווען חרדישע יידן; זיין פאטער יואל, זון פון אברהם דאמבראווסקי, איז געווען א ווארשעווער ייד און זיין מוטער שרה, טאכטער פון חיים וואולקאן, איז געקומען פון אשפעצין אין גאליציע. די משפחה האט געצויגן קיין סטאמפארד היל און זיי האבן געדאווענט ביים טריסקער רבי׳ן. ווען הרב אליהו דעסלער איז געווארן רב אין דאלסטאן פלעג דאמב גיין צו אים לערנען תורה.

דאמב האט געהאט א געוואלדיג זיכרון. ביי די 17 יאר האט ער געוואונען א סטיפענדיע צו שטודירן מאטעמאטיק אין פעמבראק קאלעדזש, קיימברידזש. ער האט באקומען זיין דיפלאם אין 1941. נאכדעם האט ער געארבעט אין פארטסמוט ביים אדמיראלטי מיט א גרופע יונגע וויסנשאפטלער צו אנטוויקלען ראדאר סיסטעמען ווערנט דער צווייטער וועלט-מלחמה. ביז דעמאלטס האט מען מיט ראדאר געקענט מעסטן ווי ווייט געפינט זיך אן אביעקט; דאמב׳ס גרופע האט אויסגעפונען ווי צו מעסטן אויך די הייך פונעם אביעקט.

נאך דער מלחמה ער האט שטודירט פאר א דאקטאראט אינעם אוניווערסיטעט פון קעמברידזש אונטער פראפ פרעד הויל.

                                     

2. אקאדעמישע קאריערע

ווען ער האט באקומען זיין דאקטאראט איז ער געוואר א לעקטאר אין קיימברידזש פון 1952 ביז 1954. דעמאלטס האט ער באשלאסן אז קיימברידזש איז נישט קיין פאסיגער ארט וואו מען קען לעבן א יידיש לעבן, און ער האט געזוכט א שטעלע אין לאנדאן. אין 1954 האט קינג׳ס קאלעדזש, לאנדאן אים באשטימט א פראפעסאר, און ער איז געווארן דער יונגסטער פראפעסאר אין לאנדאן. ער האט אויפגעשטעלט דארט דעם דעפארטמענט פון טעארעטישן פיזיק. ער איז געבליבן דארט אלס פראפעסאר ביז 1981. אין 1981 איז ער באלוינט געווארן מיט מאקס בארן פרעמיע. אין יענעם יאר האט ער זיך פענסיאנירט, און ער איז ארויף וואוינען אין ישראל. ער האט זיך באזעצט אין בית וגן, ירושלים, און ער האט געלערנט פיזיק אין בר אילן אוניווערסיטעט. ער האט איינגעפירט דארט אז יעדן דעפארמענט זיצונג האט ער אנגעהויבן מיט א דבר תורה.

אין 1957 האט ער געהייראט שירלי גאלינסקי און זיי האבן געהאט זעקס קינדער. איין זון איז הרב יואל דאמב אין ירושלים.