ⓘ מרדכי יעקב ברייש. הרב מרדכי יעקב ברייש איז געווען רב און אבד פון דער חסידישער קהילה אין ציריך, שווייץ, מער ווי פערציג יאר, א באוואוסטער פוסק, און מחבר פונעם שות ..

                                     

ⓘ מרדכי יעקב ברייש

הרב מרדכי יעקב ברייש איז געווען רב און אב"ד פון דער חסידישער קהילה אין ציריך, שווייץ, מער ווי פערציג יאר, א באוואוסטער פוסק, און מחבר פונעם שו"ת ספר "חלקת יעקב".

                                     

1. לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין סקאל, גאליציע היינט אוקראינע, א זון פון הרב חיים ברייש, א בעלזער חסיד. ער האט באקומען היתר הוראה פון הרב אברהם יעקב הלוי הורוויץ פון פראוואזנע, מחבר פון די שו"ת צור יעקב.

אין זיינע 20ער יארן איז ער געווען רב און א מורה הוראה אין אלעסק, גאליציע היינט אוקראינע. אין תרפ"ט 1929 האט מען אים באשטימט רב פון דיסבורג, דייטשלאנד. אין תרצ"ג 1933, אין דער תקופה פון זיין רבנות אין דייטשלאנד, ווען ער האט געזען אז דאס ענין פונעם עירוב איז נאכגעלאזן, האט ער פארפאסט זיין ספר "תיקון יעקב" אויף הלכות עירובין. אויך האט ער מחבר געווען דעמאלסט זיין ספר "חזיוני יעקב", וואס שליסט איין דרשות פאר ימים טובים און פאר די געשעענישן פון יענער תקופה.

ער איז נפטר געווארן אין שווייץ י"ד כסלו תשל"ז, און מען האט אים באגראבן אין הר המנוחות, ירושלים, נאענט צו די קברים פונעם בעלזער רב און דעם טשעבינער רב. זיין ממלא מקום אין דער ציריכער רבנות איז זיין זון הרב שאול ברייש. על שמו כולל האברכים "חלקת יעקב" "ברייש" בבני ברק, שבהנהלת בנו משה דן.

                                     

2. משפחה

זיינע קינדער

  • שמעון – ביזנעסמאן, וואוינט אין דער שווייץ. זיין זוהן איז הרב חיים ברייש, פון די ראשי "ישיבת אורייתא" אין לאנדאן. צוויי איידעמעס פון שמעון ברייש זענען אייניקלעך פונעם בריסקער רב - הרב אברהם יהושע סאלאווייטשיק און הרב חיים פיינשטיין. נאך אן איידעם איז הרב משה בראזאווסקי, ראש ישיבת ״בית אברהם״ און א זון פון דעם סלאנימער רבי׳ן, און נאך אן איידעם איז שמואל שמילי בערגער, עשיר מלונדון, אייניקל פון געציל בערגער.
  • די ווייב פון שלמה זלמן שווייד
  • משה דן – וואוינט אין תל אביב, מנהל פון כולל "חלקת יעקב" אין בני ברק, אויף זיין פאטער׳ס נאמען.
  • הרב שאול - ממלא מקומו אין דער חסידישער קהילה "אגודת אחים" אין ציריך, מחבר שו"ת שאילת שאול. שוואגער פון הרב מאיר סאלאווייטשיק ביידע זענען איידעמעס פונעם חרדישן אינדוסטריאליסט יחיאל בענעדיקט פון בני ברק.
  • די ווייב פון בעריש ווייס זון פון הרב יצחק יעקב ווייס
  • די ווייב פון אלחנן הערץ
                                     
  • ציריך, שווייץ, צו זיין פאטער ר שמעון ברייש א זון פון הר ר מרדכי יעקב ברייש רב אין ציריך און מחבר פון שו ת חלקת יעקב און צו זיין מוטער, א טאכטער פון
  • דער סאטמארער קהלה אין מאנטשעסטער. ער איז א איידעם פון הרב מרדכי יעקב ברייש דער חלקת יעקב טאכטער, מרת טויבא רבקה לאה, די ווייב פון רבי עקיבא מנחם סופר
  • זיינע יארן אין דער שווייץ האט ער געהאט נאנטע באציאונגען מיטן פוסק הרב מרדכי יעקב ברייש רב פון אגודת אחים אין ציריך. ער איז געשטארבן נאך א לאנגער קראנקייט