ⓘ אסטערלי אונטערגרונט סטאנציע. אסטערלי איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין אסטערלי, מערב לאנדאן, אויפן היטרוי צווייג פון דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע געפינט ..

                                     

ⓘ אסטערלי אונטערגרונט סטאנציע

אסטערלי איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין אסטערלי, מערב לאנדאן, אויפן היטרוי צווייג פון דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע געפינט זיך נאענט צו אסטערלי פארק. די סטאנציע געפינט זיך אין טראוולקארט זאנע 4.

די סטאנציע האט צוויי פעראנען.

                                     

1. היסטאריע

די היינטיקע אסטערלי סטאנציע האט געעפנט אום 25סטן מערץ 1934 לעבן דעם גרויס־מערב שאסיי און איז געווארן באדינט דורך באנען אויף די דיסטריקט און פיקאדילי ליניעס, אבער די דיסטריקט ליניע דינסטן האבן אויפגעהערט אום 9טן אקטאבער 1964.

די פריערדיקע סטאנציע אסטערלי און ספרינג גראוו האט געעפנט דעם 1טן מיי 1883 אויף דער דיסטריקט באן, היינט די דיסטריקט ליניע.