ⓘ האנסלוי צענטראל אונטערגרונט סטאנציע. האנסלוי צענטראל איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין האנסלוי, מערב לאנדאן, אויפן היטרוי צווייג פון דער פיקאדילי ליניע. די ..

                                     

ⓘ האנסלוי צענטראל אונטערגרונט סטאנציע

האנסלוי צענטראל איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין האנסלוי, מערב לאנדאן, אויפן היטרוי צווייג פון דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע געפינט זיך אויף לאמפטאן ראד און איז אין טראוולקארט זאנע 4.

די סטאנציע האט צוויי פעראנען.

                                     

1. היסטאריע

די סטאנציע האט געעפנט אום 1טן אפריל 1886 מיטן נאמען העסטאן און האנסלוי אויף דער דיסטריקט ליניע. אום 1טן דעצעמבער 1925 האט מען געגעבן נייע נעמען צו די סטאנציעס אין האנסלוי און די סטאנציע האט באקומען איר היינטיקן נאמען האנסלוי צענטראל. אום 13טן מערץ 1933 האט מען דערלענגערט די פיקאדילי ליניע אדורך האנסלוי צענטראל קיין האנסלוי מערב. די דיסטריקט ליניע דינסטן האבן אויפגעהערט אום 9טן אקטאבער 1964.