ⓘ רייסליפ מאנאר אונטערגרונט סטאנציע. רייסליפ מאנאר איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין רייסליפ מאנאר, מערב לאנדאן, אויפן אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאלי ..

                                     

ⓘ רייסליפ מאנאר אונטערגרונט סטאנציע

רייסליפ מאנאר איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין רייסליפ מאנאר, מערב לאנדאן, אויפן אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.

                                     

1. היסטאריע

די סטאנציע האט געעפנט דעם 5טן אויגוסט 1912 מיטן נאמען רייסליפ מאנאר האלט אויף די מעטראפאליטאן באן היינט די מעטראפאליטאן ליניע און דיסטריקט באן היינט די דיסטריקט ליניע. פון 23סטן אקטאבער 1933 האט די פיקאדילי ליניע איבערגענומען די דיסטריקט ליניע באדינונגען.

                                     

2. באדינונגען

מעטראפאליטאן ליניע

א גאנצן טאג, 8 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.

אין די שפיץ שעה׳ן, 10 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג. אינדערפרי זענען צוויי באנען א שעה קיין אלדגייט האלב-גיך.

פיקאדילי ליניע

א גאנצן טאג, 3 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 3 באנען א שעה קיין אקסברידזש.

אין די שפיץ שעה׳ן, 6 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 6 באנען א שעה קיין אקסברידזש.