ⓘ רייסליפ אונטערגרונט סטאנציע. רייסליפ איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין רייסליפ, מערב לאנדאן, אויפן אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי ..

                                     

ⓘ רייסליפ אונטערגרונט סטאנציע

רייסליפ איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין רייסליפ, מערב לאנדאן, אויפן אקסברידזש צווייג פון סיי דער מעטראפאליטאן ליניע און סיי דער פיקאדילי ליניע. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 6.

                                     

1. היסטאריע

די סטאנציע האט געעפנט דעם 4טן יולי 1904 אויף דיא מעטראפאליטאן באן היינט די מעטראפאליטאן ליניע צווישן הארוי-אויפן-היל און אקסברידזש. אום 1טן מערץ 1910 האט מען פארלענגערט די דיסטריקט ליניע פון דרום הארוי און אויף דיסטריקט ליניע באנען האבן באדינט אלע סטאנציעס ביז אקסברידזש. פון 23סטן אקטאבער 1933 האט די פיקאדילי ליניע איבערגענומען די דיסטריקט ליניע באדינונגען.

                                     

2. באדינונגען

מעטראפאליטאן ליניע

א גאנצן טאג, 8 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג.

אין די שפיץ שעה׳ן, 10 באנען א שעה אין יעדער ריכטונג. אינדערפרי זענען צוויי באנען א שעה קיין אלדגייט האלב-גיך.

פיקאדילי ליניע

א גאנצן טאג, 3 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 3 באנען א שעה קיין אקסברידזש.

אין די שפיץ שעה׳ן, 6 באנען א שעה קיין קאקפאסטערס, 6 באנען א שעה קיין אקסברידזש.