ⓘ עבי שטיין. אביגיל ״עבי״ חוה שטיין שטיין איז אן אמעריקאנער טראנסזשענדער אקטיוויסט, שרייבער, רעדנער, און אפגעפארענער געוועזענער חסיד. ..

                                     

ⓘ עבי שטיין

אביגיל ״עבי״ חוה שטיין שטיין") איז אן אמעריקאנער טראנסזשענדער אקטיוויסט, שרייבער, רעדנער, און אפגעפארענער געוועזענער חסיד.

                                     

1. ביאגראפיע

אביגיל חוה, וועלכע איז מער באקאנט איבעראל אלס "עבי", איז געבוירן געווארן אין 1991 אין וויליאמסבורג, אלס א יונגל מיטן נאמען ישראל אברהם שטיין, צו זיין פאטער רבי מנחם מענדל שטיין דער סאווראנער רב און זון פונעם פאלטיטשאנער רבי, רבי מרדכי שטיין, און צו זיין מוטער מרת חיה שיינדיל, טאכטער פון רבי יוסף משה מייזליש, דער געוועזענער ווייטצענער רב פון ברוקלין. ער איז אויך אן אייניקל פונעם בעל שם טוב דער גרינדער פון חסידות. ער איז דאס זעקסטע קינד פון 13 געשוויסטער. אלס קינד איז ער געגאנגען לערנען אין חסידישע מוסדות. שפעטער האט ער געלערנט אין דער וויזשניצער ישיבה אין דעם וויזשניצער שטעטל אין קייאמישע לעיק ניו יארק.

אין יאר 2010 האט ער געהייראט מרת פריידא הורוויץ וואס קומט אויכעט פון א רעבישער-משפחה, א קורצע צייט נאך דער חתונה איז זיי געבוירן זייער איינציגסטע קינד, דוד. אין יאר 2012 האט ער איבערגעלאזט די חרדישע געמיינדע און דעם חסידישן לעבן-שטייגער, און האט זיך געגט פון זיין פרוי.

אין יאר 2015 האט ער זיך דערקלערט טראנסזשענדער, און צוליב דעם האט זיין משפחה אפגעהאקט סיי וועלכער קאנטאקט מיט אים. זיין געשיכטע איז געווען באשריבן און אלע גרויסע צייטונגען אין אמעריקע, און אין ישראל. דער ערשטער ארטיקל איז געווען אין דער צייטונג פארווערטס אויף דער אידישער שפראך.

אין יאר 2014 איז שטיין געווארן א סטודענטקע אין דעם פּרעזסטישפולן קאלומביע אוניווערסיטעט וואו ער האט שטודירט פרויען און מין אידענטיטעט שטודיעס, און די וויסנשאפט פון פירערשאפט.

שטיין איז הײַנט אַ באַקאַנטע מעדיאַ־רעדנער, און מען האָט געשריבן וועגן אים אין דער "ניו־יאָרק טײַמס און "ניו־יאָרק פּאָסט, און ער איז געוואָרן אַ מעדיאַ־סענסאַציע.

                                     
  • קאלענדאר 275סטער אין אן עיבור יאר ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך91 טעג. 1991 - עבי שטיין אקטיוויסט און טראנסזשענדער 30סטן סעפטעמבער - 2טן אקטאבער אקטאבער
  • אסרו חג אין חוץ לארץ - שמחת תורה ה תר ד - רבי יחיאל מיכל פינעס ה תשנ ב - עבי שטיין אקטיוויסט און טראנסזשענדער ה תש ו - אהוד אלמערט, 12טער פרעמיער מיניסטער
  • איסור פון לא תלבש. אויך טאר א פרוי נישט לערנען תורה אין די פרומע קרייזן. עבי שטיין איז די ערשטע עפענטליכע טרענסזשענדר פון א חסידישע קהילה. עבי שטיין
  • ווערט זעלבשטענדיק. ערשטע פרייע וואלן געהאלטן אין פוילן. 1טן אקטאבער - עבי שטיין אקטיוויסט און טראנסזשענדער 21סטן מיי - ראדזשיוו גאנדי, פרעמיער מיניסטער