ⓘ דעפעקטיווקייט ..

דיסלעקסיע

דיסלעקסיע איז א לערנונג דעפעקטיווקייט, א האַלטונג וואס מאכט שווער לערנען און פארשטיין זאכן אין די זעלבע וועגן ווי אנדערע מענטשן. זי איז א זייער גאנגבארע פראבלעם און האט אן אויסווירק אויפן וועג אין וועלכע דעם מוח פארשטייט ווערטער. די מערסט גאנגבארע צייכנס פון דיסלעקסיע זענען פראבלעמען מיט ליינען און שרייבן. די מיינונג איז אז אין די פאראייניקטע שטאטן, צווישן 5 און 9% קינדער אין שולעס ליידן פון דיסלעקסיע, אבער שאצונגען קענען אויך גרייכן 50%.

קארליק

א קארליק איז א נידעריגער געוואקסענער מענטש צוליב א מעדיצינישן דעפעקטיווקייט. עס איז פארהאן צוויי סארטן: ווען דער גאנצער קערפער איז קליין אבער דער קאפ איז געהעריג גרויס. אין פאל וואס דער קאפ איז אויך אין רעאלעווענץ צום גאנצן קערפער. שרעטלדיקייט נעמט זיך פון דער סקעלעט נישט וואקסן געהעריג. אין אוישוויץ איז געווען א פאמיליע קארליקן, די אוויטש פאמיליע.

רעדערשטול

א רעדערשטול איז א סארט שטול וואס ווערט געוויינטלעך באנוצט דורך מענטשן מיט א דעפעקטיווקייט. א רעדערשטול קען מען באוועגן מיט די הענט דורך אומדרייען די רעדער, אדער דורך שטופּן אים פון הינטן מיט הענטלעך דורך עמעצען ווער איז נישט אינעם רעדערשטול, אדער מיט א מאטאר וואס דער רעדערשטול באניצער ער ווער זיצט אינעם רעדערשטול קען אליין פירן אדער דורך עמעצן וואס גייט הינטער אדער לעבן דעם רעדערשטול אויב דער באניצער דארף הילף באוועגן זיין רעדערשטול. רעדערשטולן ווערן באנוצט דורך מענטשן פאר וועלכע גיין צו פיס איז שווער אדער אוממעגלעך צוליב קראנקייט, באַשעדיקונג אדער דעפעקטיווקייט.