ⓘ האלאגען. א האַלאָגען איז א כעמישער עלעמענט וואס געהערט צו דער האלאגען גרופע פון עלעמענטן, אַ גרופּע פון נישט-מעטאלישע עלעמענטן. די האלאגענס באזעצן דעם 17טן זייל ..

                                     

ⓘ האלאגען

א האַלאָגען איז א כעמישער עלעמענט וואס געהערט צו דער האלאגען גרופע פון עלעמענטן, אַ גרופּע פון נישט-מעטאלישע עלעמענטן. די האלאגענס באזעצן דעם 17טן זייל אין דעם פּעריאָדישער טאבעלע. די האלאגען עלענמענטן זענען גיפטיק, קאלירט אלס גאַזן, זייער צושטאנד ביי נארמאלע הויז טעמפעראטורן, זיי ווערן צעלאָזן אין וואַסער, און זיי האבן א שטארקן גערוך.

אויף ענגליש און נאך שפראכן האבן די האלאגענס נעמען פון וואס מען קען דערקענען זייער שייכות מיט אנאנד. אויף ענגליש, למשל, ענדיגן די נעמען פון אלע האלאגענס מיט ine: כלאר שרייבט מען Chlorine, פלואר - Fluorine און אזוי ווייטער.