ⓘ מיני מויז אדער מיני מאַוס איז אַ קאַרטון כאראקטער. מיני איז די חברטע פֿון מיקי מויז. די ביידע זענען געשאַפֿן געווארן דורך וואָלט דיזני. זי איז געבוירן געווארן ד ..

                                     

ⓘ מיני מויז

מיני מויז אדער מיני מאַוס איז אַ קאַרטון כאראקטער. מיני איז די חברטע פֿון מיקי מויז. די ביידע זענען געשאַפֿן געווארן דורך וואָלט דיזני. זי איז געבוירן געווארן דעם 18טן נאוועמבער 1928, און האט ערשטנס באַווייזט זיך אין דעם קורצן פֿילם "עראָפּלאַן באַנעמעניש".

                                     

1. גלעטלינגען

מיני מויז האט צוויי גלעטלינגען, אַ הונטין און אַ קאָטער. די הונטינס נאָמען איז פֿיפֿי. פֿיפֿי האט פֿינף הינטעלעך פֿון מיקיס הונט פּלוטאָ. פּלוטאָ איז געווען מיקיס ערשטע הונט, און דאַמאָלסט איז זיין נאָמען געווען ראָווער Rover. מיני האט אויך אַ קאָטער מיטן נאָמען פֿיאַגראָ, דער זעלבער קאָטער פֿונעם דיזני פֿילם "פּינאָקיאָ". לעצטנס האט זי אַדאָפּטירט צוויי נייע גלעטלינגען, אַ יאַשטשעריצע און אַ שלאַנג מיט די נעמען לאָלי און פּאָפּ.

                                     

2. חתונה מיט מיקי

אין אַן אינטערוויו מיט וואָלט דיזני אין 1933 האט ער געזאגט אַז מיקי און מיני זענען פֿאַרהייראַט אין פּריוואַטן. אויך האט ער געזאגט אַז אַ סאַך מענטשן האבן דאס געפֿרעגן פֿון אים. זיי זענען פֿאַרהייראַט אין אַ טייל פֿילמען, און קאַװאַלירן אין אַנדערע.