ⓘ דאס קרייצן פון די הענט איז אַן אויטאָביאָגראַפישער ראמאן פארפאַסט דורך ראשעל וועפרינסקי און געדרוקט דורך פארלאג י. ל. פרץ אום התשלב אין תל אביב. דער ראמאן באציה ..

                                     

ⓘ דאס קרייצן פון די הענט

דאס קרייצן פון די הענט איז אַן אויטאָביאָגראַפישער ראמאן פארפאַסט דורך ראשעל וועפרינסקי און געדרוקט דורך פארלאג י. ל. פרץ אום התשל"ב אין תל אביב.

דער ראמאן באציהט זיך צו איהר ליעבע מיטן באריהמטן דיכטער מאני לייב אין ניו יארק. זייער פארבינדונג איז אויך פאראייביגט געווארן אינעם בוך מאני לייב צו ראשעל וועפרינסקי וועלכע אנטהאלט בריוו געשריבן אין די יאהרן 1918-1953.

                                     

1. געשטאַלטן

  • יעקב שאָר
  • חנה, ניעזשינערס ווייב
  • ניעזשינער, דער דיכטער און הויפט העלד
  • מרים, די הויפט העלדין
  • משה, מריםס ברודער
  • מעכלע, שארס ווייב
  • שרהלע, איינע פון ניעזשינערס קינדער וועלכע האלט זיך אויף מיט מרים אין די קאנטרי
  • דינה, מריםס טאכטער
  • הערשעלע קאַליש
  • דוד, מריםס מאן
                                     

2. אינהאלט

ניעזשינער איז א דיכטער און ארבעטער אין א שיך-פאַבריק אין ברוקלין. ער האט איבערגעלאזט א ווייב מיט קינדער, און פיהרט ליעבעס מיט עטלעכע פרויען. זיין שטארקסטע ליעבע איז אבער מיט מרים, א פארהייראטע פרוי מיט א קינד.

אינעם בוך ברעהנגט זי הייסע קינסטלערישע בריוו, וועלכע ניעזשינער האט געשריבן צו מרים ווען זי האט זיך אויפגעהאלטן במשךן זומער אין די קאנטרי אויף א פאַרם אין די קעטסקילס.

דער נאמען פונעם בוך איז באזיהרט אויף א ליעבע-ליעד וואס ניעזשינער האט געשריבן. א פאָטאָ-קאַפּיע פונעם מאנוסקריפט ערשיינט אויף זייט פינעף אינעם בוך.

דאס בוך באשטייט פון אכצן קאפיטלען, וועלכע זענען צעטיילט אין קורצע נומעריהרטע אָפּטיילונגען, אין א ס"ה פון 254 זייטן.