ⓘ אדער, טייך. דער אָדער איז א טייך אין צענטראל-אייראפע. ער הייבט אן אין טשעכיי און פלוסט דורך מערב פוילן, און שפעטער ווערט 187 קילאמעטער פונעם גרענעץ צווישן פוילן ..

                                     

ⓘ אדער (טייך)

דער אָדער איז א טייך אין צענטראל-אייראפע. ער הייבט אן אין טשעכיי און פלוסט דורך מערב פוילן, און שפעטער ווערט 187 קילאמעטער פונעם גרענעץ צווישן פוילן און דייטשלאנד, א טייל פונעם אדער-נייסע גרענעץ. ענדלעך פליסט דער טייך אינעם שטעטין לאגון צפון פון שטעטין און דערנאך אין דריי צווייגן וואס גיסן אריין אינעם פאמעראניע איינגאס פון דעם באלטישן ים.

                                     

1. געאגראפיע

אדער איז לאנג 854 קילאָמעטער 531 מייל: 112 קילאמעטער 70 מייל אין טשעכיי, 742 קילאמעטער 461 מייל אין פוילן כולל 187 ק״מ 116 מייל אויף דער גרענעץ צווישן דייטשלאַנד און פוילן) און איז דער צווייטער לענגעסטער טייך אין פוילן נאָכן ווייסל. זיין דרענאזש־בעקן האט א שטח 118.861 קוואַדראַט קילאָמעטער, 106.056 קילאמעטער 2 פון וואָס זענען אין פוילן 89%, 7.217 קילאמעטער 2 אין טשעכיי 6%, און 5.587 קילאמעטער 2 אין דייַטשלאַנד 5%. ער פלוסט אדורך די שלעזישע, אָפּאָלע, אונטער-שלעזישער, לובוש, און מערב-פּאָמעראַניע וואיעוואדעשאפטן פון פוילן און די לענדער פון בראַנדנבורג און מעקלענבורג-מערב פאמעראניע אין דייטשלאַנד.

די גרעסטע שטאט אויפן אדער איז ברעסלוי, אין אונטער-שלעזיע.