ⓘ בעסאראבער לידער איז א דין בוך פון יודישע ליעדער געשריבן דורך דאוויד סעלצער ערשינען אין 1937 דורך פארלאג סאָראָקי אין ניו יארק. עס איז ארויסגעגעהבן געווארן מיט ד ..

                                     

ⓘ בעסאראבער לידער

בעסאראבער לידער איז א דין בוך פון יודישע ליעדער געשריבן דורך דאוויד סעלצער ערשינען אין 1937 דורך פארלאג סאָראָקי אין ניו יארק.

עס איז ארויסגעגעהבן געווארן מיט דער אקטיהווער מיטהילף פון דעם קאמיטעט פון דער סאָראָקער בעסאַראַבער יאָנג פרענדס בענעוואָלענט און עדיוקיישאָנעל ליג. עס איז געזעצט געווארן דורכן מחבר אין דער דרוקעריי פון דער פּראָמפּט פּרעס אין נאוועמבער 1937.

די מאהלערייען\באצירונגען זענען דורך דוני מאוד. עס איז געשריבן אויפן סאוויעטישן אויסלייג.

עס באהאנדלט די דעמאלטסדיגע געשעהנישן אין בעסאראביע, ווי פּאָגראָמען, אויפשטאנד אא"וו.

סאיז אינטרעסאנט, אז נישט ווי געוועהנלעך, הייבט ער צומאהל אהן א נייעם קעפּל אינמיטן א בלאט. דאס איז וויבאלד אלע ליעדער אין יעהדע קאפיטל זענען באמת געקניפט און געבינדן.

עס אנטהאלט זעקס קאפיטלען אין א ס"ה פון פינעף-און-נאַהנציג זאַהטן.

די קאפיטלען זענען ווי פאלגנד:

  • אין קוזניע
  • סאָראָקי - באַם דניעסטער
  • באַ מיין וויג
  • אויפגאַנג, 19 חלקים
  • טשובאַן, צעטיילט אין פופציג
  • מיין זיינדנס א מייסע